ײ"זיש לאָדזש 1 אַקופּאַציע, אין דער ערשטער וועלט-מלחמה, איז באַלוט פאר- אייניקט געװאָרן מיט לאָדזש, אין יענער צייט זענען שוין דאָרטן געווען 100.000 איינוווינער. אזוי איז אַנטשטאַנען די יידישע געגנט -- באַלוט -- אויפן שטח פון ועלכער עס האָט שפּעטער, אין די יאָרן 9 עזזיסטירט דאָס געטאָ. באַלוט איז געווען דער צענטער, װווּ ס'האָט געוווינט דער פּראָלעטאַריאַט; בעלי-מלאכות און די יידישע אָרעמקייט. דאָ, לענגאויס די נאָסן נאַװאָמיעסקע און זנערזשער, און אויך אין די נעסלעך, װאָס האָבן זיי דורכגעשניטן, האָבן זיך קאָנ- צענטרירט קליינע האַנטװערקער-װואַרשטאַטן, קליין-אינדוסטרי, מאַגאַזינען פאר סחורות און געשעפטן. עס איז נישט געווען קיין איין אויסאַרבעטונג פון דער װאָל-אינדוסטרי, וועלכע מען האָט נישט געקאַנט קויפן אין באַלוט. אַהער זענען אָנגע- קומען די פּויערים פון דער געגנט איינקויפן. פאר די קראָמען זענען געשטאַנען די סוחרים און גערופן די קונים,. די נאסן זענען נגעווען ענגע און געדיכט פאַרבויט, פו? מיט לעבן און באַװענונג.
די יירישע , עקספּאַנסיע? האָט זיך נישט באַגרענעצט צו דער געגנט פון באַלוט. וי נאָר עס זענען אַנטשטאַנען רעכטלעכע מעגלעכקייטן צו באַזעצן זיך אויסער די גרענעצן פון ערשטמאָליקן געטאָ, האָבן יידן די מענלעכקייט אויסגע- נוצט. לאָדזש האָט זיך אַנטװיקלט אויף צפון און דרום פון נייעם מאַרק,. אויף דרום האָט זיך געצוינן די פּיאָטרקאָווער גאָס, דער ועג צו דער דעמאָלטדיקער גובערניע-שטאָט פּיאָטרקאָוו. ארום איר זענען אַנטשטאַנען די גאַסן: װסכאָדניע (מזרח'דיקע), זאַכאָדניע (מערב'דיקע), פּאַלודניאָװע (דרומ- דיקע), פּראָמענאַדע (שפּעטערדיקע קאָשטשושקאָ אלייע), מיקאַלאַיעווסקע (שפּעטערדיקע שענקעוויטש גאָס), וידזעוו- סקא (שפּעטערדיקע קילינסקעגאָ), צעגעלניאַנא, זיעלאָנאַ (שפּעטערדיקע לעניאָנוּו, דזשעלנע (שפּעטער -- נאַרוטאָװי- טשא) און אַ סך, אַ סך אַנדערע. דאָ, אין אַ קװואַרטל, וועמענס גרענעצן האָבן דערגרייכט ביז דער פּוסטער-גאָס (פּוסטאַ -- שפּעטער זשווירקי און ווי- גוראַ), אויף דרום, ביז דער ליפּאָווע אָדער זאַקאָנטנע -- אויף מערב, און מאַגיסטראַטיגאָס אויף מזרח -- האָבן געוווינט די פאַרמענלעכע יידן פאַבריקאַנטן, סוחרים, דאָקטוירים, אַדואָ- קאַטן און אַנדערע פרייע פּראָפעסיעס.
האַרט פאַרן אויסברוך פון קרינ, האָט לאָדזש געציילט 0 איינוווינער, פון וועלכע אמװייניקסטן איין דריטל זענען געווען יידן. דער דאָזיקער, קרוב פערטל-מיליאָניקער יידישער קיבוץ, איז נעווען הויפּטזעכלעך קאָנצענטרירט אין די אױיבנדערמאַנטע גאַסן, אָבער אין דער ווירקלעכקייט איז שווער צו זאָנן, אז אין לאָדזש, איידער דעם יאֶר 1939 האָט עקזיסטירט אַן אָפענע געטאָ. לאָדזש איז געווען אַן אינדוסטריעלע און האַנדלס-שטאָט און יידן האָבן פארנומען אויף אזוי פיל אַ דאָמינירנדיקן אָרט סיי אין האַנד? און סיי אין דער אינדוסטרי --- אַז מען האָט לאָדזש געהאַלטן פאר א יידישע שטאָט. לאָדזש אין גלייב- צייטיק געווען אן אַרבעטער-שטאָט, און צוליב דעם דאָזיקן יירישן אַרבעטער-כאַראַקטער, האָט די צענטראַלע מאַכט זיך באַצוינן צו לאָדזש, וי אַ שטיף-מאַמע.
נישט געקוקט דערויף, װאָס לאָדזש איז געווען די צווייט- גרעסטע שטאָט אין פּױלן, איז זי תמיד געבליבן אין שאָטן פון דער הוױיפּט-שטאָט, װאַרשע. אוניווערסיטעטן זענען געווען אין װאַרשע, קראָקע, פּויזן, ווילנע און אפילו אין לובלין -- אָבער נישט אין לאָדזש, אויב מען זאָל ארויסלאָזן די אָפּטײ- לונג פון דער וואַרשעװוער פרייער הויכשול, נעעפנט אין יאָר 8, עס עענען אין לאָדזש נישט געוען קיין אַפּעלאַציע- געריכט און נישט קיין אָדואַקאַטן-ראַט. איינס פון די מאָטיוון איז װאַרשײינלעך געווען דער פאַקט, װאָס די גרעסטע צאָל אַדװאָקאַטן אין לאָדזש זענען נגעווען יידן, און די מערהייט, אין אַזאַ ראָס װאָלט נעווען אַ יידישע. לאָדזש האָט נישט פאַרמאָגט קיין מלוכה-טעאַטער, און די עקזיסטירנדיקע טעאַ- טערס זענען געווען פּריװאַטע אונטערנעמוננען. קלאָר, די פּוי- לישע טעאַטערס האָבן גענאָסן פון אַ סובסידיע פון שטאָט- ראָט. מלוכהשע גימנאזיעס זענען געווען וייניק, און אין זיי האָט פאקטיש נעהערשט א ,נומערוס קלאוזוס" פאַר יידן. די שטאָט, האָט אין איר נרעסטן טייל נישט פארמאָנט קיין קאַנאַליזאַציע, און די גאַסן אויסגעברוקירט מיט שטיינער. בלויז די פּיאָטרקאָווער נאָס, און עטלעכע אַנדערע, אזוי גערו- פענע בעסערע גאַסן זענען געווען אַספאַלטירט.
די שטאָט האָט נישט פארמאָנט קיין טייך. די לענענדאַרע לודקע, פון וועלכע די שטאָט האָט באַקומען איר נאָמען, האָט אויסגעטריקנט, און מען האָט זי בכלל מער נישט אָנגעזען. עס זענען אויך נישט געווען קיין קינסטלעכע אָזיערעס אָדער באַסײינען צום שווימען, װאָס פאַרטרעטן א טייך. יאָ, עס איז געװוען אן אַזיערע אין פּאַרק העלענוו, אָבער דאָס איז געווען פּריװואַט-אײיננטום, און פאַרן אריינגיין האָט מען געדאַרפט באַצאָלן, עטלעכע יאָרן נאָכן ערשטן וועלט-קריג האָט די .1.0.8א.צ (יאַנג מען כריסטיאַן אַסאָסײישן) אַן אָרגאַניזאציע, וועלכץ איז געווען איינגעשטעלט אַנטי-יידיש, אויסגעבויט אַ שווים באַסײין אויף דער שראַוגוטאַ-גאַס. פאר יידן אין דער אריינ" גאַנג געווען פאַרבאָטן. מיטן אויסנאַם פון קאָשטשושקאָ-דענקמאָל אויפן פּלאַץ װאָלנאָשטשי, האָט לאָדזש נישט פאַרמאָנט קיין דענקמעלער. די שטאָט איז געווען צו יונג, צו האָבן קולטורעלע אָנדענקן. דערפאַר אָבער האָט זיך לאָדזש געגרויסט מיט איר שול- וועזן, וועלכע איז געשטאַנען אויף א הויכן ניואָ, אין אירע אָנפאַנג, מיט?- און פאַכשולן.
לאָדזש איז געווען די ערשטע שטאָט, וועלכע האָט איינ- געפירט דעם פּרינציפּ פון צװאַנגס-בילדונג פאַר קינדער פון 7? ביז 14 יאָר. לאָדזש האָט זיך גענגרויסט מיט דער עפנטלעכער ביבליאָטעק, וועלכע איןז געווען אַמבעסטן אָרגאַניזירט און פאַרזאָרגט און זיך גערעכנט צװוישן די בעסטע עפנטלעכע ביב- ליאָטעקן אין פּוילן. אין זייער נישט פריינדלעכע באַדינגונגען האָט עקזיסטירט די פילהאַרמאַניע, אונטער דער דירעקציע פון שטראוכן, אין אַ זאָל אויף דער נאַרוטאַװיטשאַ גאַס. עס איז איבעריק צוצונעבן, אז דאָס רוב צוהערער זענען געווען יידן,. אין דעם זעלבן זאָל, װאַרשײינלעך כדי צו פאַרגרעסערן די הכנסה -- פלענן אויך פאָרקומען פּאָליטישע מיטיננען, פארוויילונגען, מאַסקן-בעלער און אַנדערע אונטערנעמוננען. אויב לאָדזש, װוי א שטאָט איז געװאָרן איננאָרירט און