92 : ש. ראָגאַזשינסקי: לאָרזש -- װוי איך גערענק עס איבערנעלאָזט צו זיך אליין, א פּשיטה שוין -- די יידן פון לאָרזש. פאַרלאָזן אויף זיך אליין, האָבן זיי באַװיזן צו שאַפן מוסטערהאַפטע אינסטיטוציעס: שולן, שפּיטאָלן, מושב זקנים, קינדערהיימען און פיל, פיל אַנדערע אינסטיטוציעס סיי געזעל- שאַפטלעכע און סיי פילאַנטראָפּישע. לאָדזש אין געװען באַרימט מיט איר פילאַנטראָפּיע. נישט געווען אזעלכע שטעט אין פּױלן, וועלכע זאָלן זיך קענען גרויסהאלטן מיט אזוינע יידישע פילאַנטראָפּן, וי ישראל פּאָזנאַנסקי, הערמאַן קאָנשטאַדט, אָדער זיגמונט יאַראָטשינסקי. זיגמונד יאַראַָטשינסקי גרינדער און שפּענדער פון דער ,יאַראַטשינסקי האַנטװערקער-שול" פּאַזנאַנסקי האָט אויסגעבויט א שיינעם שפּיטאָל אויף נאָװאָדטאַרגאָואַ. אין משך פון יאָרן איז דער שפּיטאָל געווען פון די גרעסטע און בעסטע אין לאָדזש. הופּטזאַכלעך האָט ער באַדינט דער יידישער באַפעלקערוננ פון לאָדזשׁ און אומ- געגנט. אָנגעפירט מיט אים האָבן אָנגעזעענע יידישע דאָק- טוירים,
הערמאַן קאָנשטאַדט האָט איינגעפונדעוועט דעם מושב זקנים, דאָס קינדערהיים, און א ריי אַנדערע פילאַנטראָפּישע אינסטיטוציעס, וי אַ יוריסט איז מיר אויסגעקומען נענטער צו באַקענען זיך מיט איינער פון די אינסטיטוציעס --- א היים פאַר עלטערע מענטשן, וועלכע האָבן אַמאָל געלעבט אין װוױלטאָג. נישט קיין סך מענטשן האָבן אפילו געוווסט, אַז אַזאַ אינסטי- טוציע עקזיסטירט, זיגמונט יאַראָטשינסקי האָט פאַרליינט אַ שול, ועלכע איז אין אֶנְהוֹיב געווען באַװוּסט װי די תלמוד:תורה, און שפּעטער איז זי פאַװאַנדלט געװאָרן אין אַ האַנטװערקער-שול. די דאָזיקע שול איז געשטאַנען אויף א הויכן ניװאָ. איינער פון אירע דירעקטאָרן איז געווען יאַן קירשראָט, דער אָנפירער פון אָרגאַניזירטע יידישע האַנטװערקער אין פּױילן, און דער גרינדער פון יידישן האַנטװערקער-פאראיין אין לֹאָרוש. פילאַנטראָפּן פון קלענערן שניט זענען געווען א סך מער. זיי האָבן פארליינט אָדער אֶרנאניזירט אינסטיטוציעס וי ,דאָבראָטשינגנאָשטש" (וווילטעטיקייט), , אוזדראָװויסקאָ", , ראָ- זאַלינא", לינת:הצדק, ביקור:חולים, הכנסת:כלה, מע- דיצינישע אַמבלאַטאָריעס, נמילת חסרדיםקאַסעס, און אַ סך אַנדערע. די אַלֶע אינסטיטוציעס האָבן אויסגעפירט די ראָל, וועלכע
ס'האָבן געדאַרפט אויסטירן מלוכהשע אָדער שטאָטישע אַנשטאַלטן. זיי האָבן דעם אָרעמען יידן געגעבן דאָס נעפי? פון זיכער- - קייט און הילף, ווען ער איז געווען אין א נויט. אֹל מיינע ערשטע זכרונות זענען פארבונדן מיטן הויז אויף ווידזעווסקע גאַס (קילינסקענאָ), װוּ איך האָב געװוינט, ווען איך בין נאָך געווען א שילער און סטודענט. אונדזער הויז איז געווען טיפּיש פאר לאָדזשער הייזער. עס האָט פאַרמאַנט דריי הויפן, וועלכע האָבן געפירט כמעט ביז צום װאַקזאַל. יעדער הויף איז געווען ארומנעבויט פון אַלַע זייטן מיט ווי- נונגען. פאָרנט איז געווען א טויער, וועלכן דער וועכטער האָט פאַרשלאָסן. דער וועכטער איז געווען דער איינציקער נישטיייר אין נאַנצן הויז, און מען האָט אים תמידר עפּעס געמוזט שענקען, כדי איינצוהאַלטן פריינדלעכע באַציאונגען מיט אים. מען האָט קיינמאָל נישט געקאָנט זיין זיכער, צי ער דינט נישט אַמאָל דער פּאָליציי אָדער דעם שטייער-אַמט. דער הויף אין געווען דאָס שפּילפּלאַץ פאר די קינדער. אויף אים אין נישט געווען קיין זכר פון גרינס, ער איז געווען אויסגעברוקירט מיט שטיינער, וועלכע מען האָט גערופן; , קעצישע קעפּ".
גלייך פארטאָג, האָבן זיך אויפן הויף באַװיזן פרויען, גרינציינדהענדלערינס, וועלכע האָבן אויפן קול גערופן, און גערימט זייער סחורה. פון צייט צו צייט האָבן זיך באַויזן אַלטװאַרג-הענדלער, און גערופן צו טוישן;: , טעלערלעך פאַר שמאַטעס", אַ קאַטאַרינאַזש מיט א מאַלפּע אָדער פּאַפּונײ, װאָס האָט ארויסגעצויגן , גליקלעכע גורלות" פאַרן עולם. צייטנווייז האָבן זיך באַװויזן אַקראָבאַטן, קונצנמאַכער, זינגער אָדער פידלער, וועלכע האָבן געשפּילט אין די גאַסן, עס האָבן זיך דאַן געעפנט פענצטער, און נדבות, איינגעוויקלטע אין פּאַפּיר- לעך זענען געפאַלן אויפן הויף. תמיד איז אויף די יידישע הויפן געווען לעבעריק. אין הויז, װאָס אין געװען פאָרנט, האָט זיך געפונען אַ געוועלב, װוּ די אָרעמע האָבן געקויפט , אויף באָרג" און די פאַרמעגלעכערע -- אויף וועקסלען. צופעליק האָט אונדזער הויז פאַרמאָגט קאַנאַליזאַציע, און דערפאַר איז עס נישט געווען טיפּיש פאר לאָדזשער הייזער, נישט כאַראַקטעריסטיש אין אויך געווען דאָס, װאָס עס איז גישט געווען אָנגעלענט, וי אַנדערע לאָדזשער הייזער, איינער