Original scan
Original memorial-book scan 57
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1017

ײידיש לאָדזש 93 אין צווייטן, אין אַ ריי, וועלכע האָט זיך נעצוינן פון איין עק גאַס ביז צום צווייטן --- וי אַ װאַנט. אונדזער הויז האָט זיך געגרענעצט מיט אַ גאָרטן, ועלבן מ'האָט מיט שטאָלץ גערופן; אייזנבאַןפּאַרק (יידן האָבן אים נערופן קאֲלַיע- גאָרטן). עס אין געווען א קלינער פּאַרק און מסתמא װאָלט זיך בעסער געפּאַסט אֶנצורופן אים: סקווער. אָבער קיין סך גערטנער זענען אין לאָדזש נישט געווען, האָט מען עס באַטראַכט װי אַ פּאַרק,. אין דעם דאָזיקן פּאַרק האָבן מיר זיך אויסגעלערנט צו שפּילן פוטבאָל. פאַרשטענדלעך -- אַ ריכטיקער פוטבאָל האָט עקזיסטירט בלויז אין דער פאַן- טאַזיע. דער פוטבאָל מיט וועלכן מיר האָבן זיך געשפּילט איז געווען נישט מער וי אַ קנויל פון שמאַטעס, און אויך פּראָ- פּאָרציאָנע?ל פיל קלענער, וי אַ ריכטיקער פוטבאָל, אָבער ווער האָט זיך דערמיט איבערנענומען. אין אָט-אָ דעם פּאַרק האָט אָנגעהויבן זיין עקזיסטענץ דער ספּאָרט-קלוב , סטשאַלקא" (פייל), פון וועלכן ס'איזן שפּעטער אַנטשטאַנען דער קלוב ,הכח". דאָ האָבן טרענירט די שפּעטערדיקע הויפּט-שפּילער פון ,חכח" --- סענאַל, װוזשאָנסקי און נאָשטשעוװוסקי.

passage_0b3dca4b3a790e064392f2d7
Passage 2normalized OCR · source chars 1019-2461

פון דער צווייטער זייט גאַס זענען געווען ענלעכע הייזער. אין איינער פון זיי איז געווען א שטיב?, װווּ עס האָבן נעדאַוונט גערער חסידים, װאָס פלעגן ניין אָנגעטאָן אין טראַדיציאָנעלע, לאַנגע קאַפּאָטעס. צייטנווייז זומער, ווען ס'איז געווען דעמפּיק, און די פענצטער זענען געווען אָפן, און די היץ פון דאַװנען גרויס -- פלעגט מען די קלאַנגען פון דאַװונען הערן אינדרויסן, און דאָס האָט ארויסגערופן פאַראינטערעסירונג ביי דורכגייער --- פּאָליאַקן. אזוינע שטיבלעך זענען געווען אָן א צאָל. דאָרט האָבן נעדאַװונט פרומע יידן, נישט נאָר חסידים פון פארשי- דענע רביים -- נאָר אויך יידן, וועלכע האָבן זיך שוין גע- קליידט אייראָפּעאיש. זיי האָבן אָפּנעהיט שבת, נישט געפאָרן מיט טראַמסוײיען אין יום-טוב, און נעפירט א כשרע קיך. אָפּצוהיטן כשרות אין לאָדזש, האָט אייננטלעך נישט פאַר- לאַנגט קיין אָנשטרענגונג. כמעט אַלֶע יאַטקעס זענען געוען כשר, אין די נעגנטן, װוּ יידן האָבן געװוינט. אזוי איז אויך געווען מיט אַנדערע שפּיז-געװועלבער אין יידישע געגנטן. געווען אויך פיל יידישע רעסטאָראַציעס און קיכן. אין צענטער פון שטאָט האָט מען נעקאָנט אָפּעסן אַן ערשטקלאַסיקן מיטאָג אין געדולד'ס רעסטאָראַן, וועלכער האָט זיך געפונען אויפן ערשטן שטאָק פון פּיאָטרקאָווער 88, טיר און טיר מיטן סיים- דעפּוטאַט ד"ר יעזשי ראָזענבלאַט. לאָדזשער וװורשטן און גע- רויכערטע פליישן (דישקין און די פאראייניקטע קצבים) זענען באַקאַנט געווען מיט זייער אויסגעצייכנטער קװאַליטעט און האָבן זיך פאַרקויפט אין דער נאַנצער װעלט. וי אזוי האָבן די נישט-כשרע װוּרשטן און פליישן געקאָנט קאָנקורירן מיט זיי ?

passage_b1849277ce9af29da931c705
Passage 3normalized OCR · source chars 2463-3059

מיינע דערינערוננען זענען פאַרבינדן מיטן שטיב? פון פּיאָטרקאָװער 00. דאָ האָט נעדאַװנט סמיין פאָטער. סיינע דערינערונגען פון ,שטיבל" זענען אפשר סענטימענטאַלע. עס זעט מיר אויס, אז דאָרטן איז תמיד געווען װאַרעם און ליכ- טיק, און ס'האָט געהערשט אַ ספּעציפישע אַטמאָספער. מיטן מאָמענט, ווען מיר זענען אריבער די שוע? פון , שטיבל", האָט אונדז ארומגענומען אַ נעפי? פון רו און יום-טובדיקייט. רי נשמה פון , שטיב?" איז געווען נאָר? נוטמאן. נאָד? אין געווען דער חזן, בע? קורא, און געמאָכָט מי שברך'ס. אין אַלגעמײן האָט אין , שטיבל" געהערשט האַרמאָניע. צייטנווייז אָבער האָבן זיך געמאַכט רייבונגען צוליב כבוד.

passage_134efc4822e4581eb1bd8fa5
Passage 4normalized OCR · source chars 3061-4064

ווען איך בין אונטערגעװואַקסן, בין איך אָפט מיט מיינע ברידער נעגאַנגען דאַװנען אין דער סינאַגאָגע אויף אלעע קאָשטשושקאָ. די שול באַקאַנט װי די , לאָרזשער סינאַגאָנע" איז באַטראַכט געװאָרן װי די שענסטע אין אײראָפּע. זי האָט זיך אייגנטלעך געפונען אויפן ראָג פון דער זיעלאָנע גאַס און אלעע קאַשטשושקאָ (אַמאָליקע פּראָמענאַדע), ארומגערינגלט מיט פּרעכטיקע ביימער, און שטייענדיק אויף אַ בערג?, האָט זי פאָרגעשטעלט מיט זיך איינע פון די שענסטע לאַנדשאַפטן פון לאָדזש. לאָרזשער האָבן מיט שטאָלץ איר אַנטקעגנגע- שטעלט דער טלאָמאַצקער סינאַנאָגע פון װאַרשע. די סינאַגאָגע האָט געהאַט צוויי גוטע חזנים -- אַלטערמאַן און באַי, און אַ גוט-אויסגעשולטן כאָר. דער אריינגאַנג אין געווען פריי. אָבער אין פייערלעכע יום-טובים איז ביים טיר געשטאַנען דער צערבער, א הויכער פּאָלאַק אין א ליבעריע, און -- האָט אריינגעלאָזן נאָר רי, וועלכע האָבן געהאַט אריינטריטס-קאַרטן, דאָס האָט פון צייט צו צייט ארויסנערופן אומצופרידנקייט, אונדזן יונגע, האָט זיך תמיד איינגענעבן אריינצוניין אינץ- װייניק -- מיט אָדער אָן אַן איינטריטס-קאַרטע.

passage_2b80e14cd806c77f80537bc1
Passage 5normalized OCR · source chars 4066-4861

די לאָדזשער סינאַגאַנע אין געװען באַקאַנט מיט אירע דרשנים. דער ערשטער איז נע- ווען ד"ר יעלסקי, ווענן זיין עקזיסטענץ האָב איך געװוּסט בלויז פון דערציילן. זיין נאָכ- פאָלנער איז געווען דער רב, ד"ר מאַרקוס ברידע. ד"ר ברוידע איז געווען א פאָרנע- שריטענער רב, און אַאַ אין געווען די לאָדזשער סינאַנאָנע. אויב איך רוף זי אָן , פאָרגע- שריטן" איז עס בלויז דערפאַר, ווייל איך פאַרנלייך איר מיט אַנדערע, שטרענג אָרטאָראָקסישע. געדאַװונט האָט מען אין לשון-קורש, מיטן אשכנזישן נוסח, אויך דער סידור איז נגעווען אשכנזיש. מענער און פרויען האָבן געדאַװונט באַזונדער (מענער פון אונטן, פרויען -- אויבן אין דער ווייבער-שו?), אין פייערלעכע יום-טובים האָט ד"ר ברוירע געהאַלטן א דרשה. די דרשות זענען נגעווען אויף פּויליש, און תמיד האָבן זיי זיך אָנגעהויבן מיט די װערטער: , מיינע ליבע צוהערער" ! הרב ד"ר מרדכי ברוידע

passage_4006f40994183aa60e7e9217
Passage 6normalized OCR · source chars 4863-5406

געווען אין לאָדזש, פארשטייט זיך, אויך אַנדערע שולן. די עלטסטע פון זיי איז נגעווען די גרויסע אַלטשטאָטישע שול אויף װאָלבאָרסקע נאָס. דער נאָמען איז באַרעכטיקט געווען אויף אזוי פיל, אויף וים? די שו? איז נישט נאָר געוען די עלטסטע אין לאָדזש, נאָר אויך די גרעסטע אין פּױלן. זי איז געווען אַ ‏ שטרענג אָרטאָראָקסישע שו?. אזוי זענען אויך געווען די אַנדערע שולן, װוי די שול אויף ראָג זאַכאָדגיע און צעגעלניאַנע, די אזוי גערופענע: ווילקער שול. געווען א ריי קלענערע שולן, וי די װאָלינער, אויף פּיאָטרקאָװער גאַס 6/8, ליטווישער, ציוניסטישער ,אוה? יעקב".

passage_fe302b13d718d0bbd7a7ada7