יידיש לאָדוש סס אטא אטא טונג פון די שולן. אַמבעסטן וועט זיין מענלעך צו באַשרייבן די באַדייטונג פון די שולן דורך פאַרגלייכן זיי מיט אַנדערע מיטל?-שולן אין אונדזער שטאָט,
מיט?-שולן אין לאָדזש זענען געווען א סך, און טייל פון זיי זענען געשטאַנען אויף אַ הויכן בילדוננס-ניוואָ. עס זענען געווען -- װי איך האָב דערמאָנט -- מלוכהשע נימנאַזיעס, דער פּראָצענט פון יידישער שילער אין זיי איז געווען א מיני- מאַלער,. די איבעריקע מיטל-שולן זענען געווען אָדער , נעזעל- שאַפטלעכע? (אָנגעפירט דורך פאַרשידענע געזעלשאַפטלעכע אָרגאַניזאַציעס) אָדער פּריואַטע. די לעצטע האָבן זיך גערופן לויטן נאָמען פון זייערע באַלעבאַטים. אַ נעזעלשאַפטלעכע שול איז, צום ביישפּיל, נעווען די נימנאזיע גיבנה", אָנגעפירט דורך דער העברעאישער קולטור-נעזעלשאַפט ,תרבות". די שול האָט געהאט העברעאיש וי די אונטעריכט-שפּראך -- און ליידער צוליב דעם -- האָט זי נישט געהאט קיין מלוכה-רעכט. אַ טיפּ פון אַ פּריװאַטער גימנאַזיע איזן געווען די שול וועלכע האָט געהערט איז איז אָנגעפירט געװאָרן דורך יצחק קאַצע- נעלסאָן. די אונטעריכט-שפּראַך אין דער שול? איז געווען פּויליש, מען האָט אָבער אויך נעלערנט העברעאישע קעגנשטאַנדן. זי איז געווען נאָענט צו דער יידישער נימנאַזיע, אָבער האָט זיך נאָך געפינען אין דער ערשטער שטופע פון איר אַנטויקלונג. עס איז געווען א גימנאָזיע , בית אולפּנה" געשאַפן דורך דער מזרחי-אָרגאַניזאַציע. אין קעגנזאץ צו דער יידישער גימנאַזיע, װאָס איז געווען וועלטלעך, איז , בית אולפּנה" געווען אַ רע- ליגיעזע שול, אויך די שול האָט נישט געהאַט קיין מלוכה- רעכט. עס איז געווען יאַראָטשינסקיס גימנאַזיע, וועמענס נאָמען עס איז נאָך פריער דערמאָנט געװאָרן. אין דעם פאַל האָט די שול נעטראָגן דעם נאָמען נישט פון איר אייגנטימער, נאָר פון איר נרינדער. זינמונט יאַראָטשינסקי איז נעװוען איינער פון די אָנפירער פון די אַסימילירטע יידן, און די שול, וועלכע
האָט געטראָגן זיין נאָמען, האָט געהאט אַסימילאַטאָרישע טענדענצן. עס זענען געווען פינף מיטל-שולן פאַר מיידלעך, די אַזױ- גערופענע , שאַבעסוווקעס". דעם נאָמען האָט די שול צו פאַר- דאַנקען דעם פאַקט, װאָס די מיידלעך האָבן דאָרטן נישט גע- לערענט אום שבת. די באַנוצונגס-שפּראַך אין די שולן איז געווען פּויליש, און אויף יידישער דערציאונג האָט מען קיין צופיל אַכט נישט נעלייגט,. אין מערסטע פאַלן האָט זיך די יידישע דערציאונג באגרענעצט צו אַ לעקציע פון יידישער געשיכטע און רעליגיע. די שילערינס האָבן די לימודים נישט גענומען ערנסט. אין די שולן (,װיעדזאַ", אב, יאַשונסקאַ, װאָלפסאָן און האַכשטײן) איז די יוגנט געוען כמעט אַסימילירט און גינסטיק אויפצונעמען קאָמוניסטישע איינפלוסן, אויסער דעם זענען געווען פּוױלישע גימנאַזיעס, וי בראָונס, סאָבאָלעװסקאַ, אָדער פּריסעװעטשוּונאַ, אין וועלכע עס האָבן געלערנט אַ סך פון דער יידישער יוגנט. עס איז פאַר- שטענדלעך, אַז אין די שולן האָט מען זיך בכלל נישט פאַר- נומען מיט יידישע פראַגן. עטלעכע יאָר פאַרן קריג האָט מען פאַרליינט די אַזױ- גערופענע געזעלשאַפטלעכע גימנאַזיע. אין דער שול זענען גע- גאַנגען כמעט אויסשליסלעך יידן, אָבער די צילן פון דער שול זענען געווען בולט אַסימילאַטאָרישע. די גימנאַזיע קאָן מען
באַטראַכטן װי אַ פולשטענדיקן קעננזאַץ צו די יידישע גיט- נאַזיעס. נאָך די נשמות פון דער יוננט האָבן זיך געיאָגט די ציו- ניסטישע יוגנט-אָרגאַניזאַציעס; די בונדישע יוגנט און די קאָ- מוניסטישע יוגנט. פּאַראַלעל מיט די מיטל-שולן זענען פארשטענדלעך געווען פאַרשידענע אַנדערע בילדונגס- און דערציאונגס-אַנשטאַלטן; חדרים, תלמוד-תורהס, ישיבות, פאַרשידענע פאָלקס-שולן, ,תרבות", צישאָ-שולן און שול-קולט, צּ עס איז מיר שווער זיך אצינד צו דערמאָנען, װאָס און ווען עס האָט אויפנעװועקט אין מיר דעם נאַציאָנאַלן באַװוּסט- זיין. געבוירן געװאָרן און דערצויגן אין אַ טראַדיציאָנעל יידי- שער היים. שוין פון דער פריער יוננט האָב איך געװװוסט, אַז זיין אַ ייד, מיינט זיין עמעצער אַנדערש, עמעצער ואָס האָט נישט די זעלבע רעכטן וי אַ נישטדיידר. איך האָב אפשר נישט געווונסט װאָס אַנטיסעמיטיזם באַדייט, אָבער אינסטינקטיוו האָב איך געװווּסט, אַז מען דאַרף אויסמיידן שקצים, וויי? זיי קענען אַן עוולה טאָן, און ווען עס קומט פאָר אַ רעליניעזע פּראָצעסיע, איז גלייכער אָפּצוטרעטן דעם ועג. איך האָב גע- װוּסט, אַז דרייפוס איז נעווען אומשולדיק, טראָץ דעם האָט מען אים פאַרמשפּט. פון קינדווייז אָן האָבן די פּוילישע ייננ- לעך אונדז גערופן מיט צונעמען: דו בייליס -- און בייליס איז דאָך געווען אומשולדיק,
אָבער דאָס ואָס איך האָב דורכגעלעבט, האָבן דורכנע- לעבט די נאַנצע יידישע יוגננט, און אַנטיסעמיטיזם איז נישט געווען מיין פּערזענלעכער פּראָבלעם. די נישט-יידישע וועלט אָרום אונדז איז געווען אַ פרעמדע, אַ שלעכטע און אומנע- רעכטע --- אָבער מיר האָבן מיט דעם גורל געמוזט שלום מאַכן. דאָס הויז, װוּ איך האָב פארבראכט מיינע קינדער-אָרן און מיין יוננט, איז נעשטאַנען פּונקט קעגנאיבער א פּראַװאָ- סלאַװונע צערקווע, װאָס אין געווען אַן איבערבלייב פון דער ווייטער פאַרגאַנגענהײיט, ווען פּולן אין געווען דאָס וייסל- לאַנד, און איז געווען אַ טייל פון רוסלאַנד, די רוסן האָבן גאַנץ איינפאך צונענומען אַ שטיק פון אייזנבאַן פּאַרק, אויס- געבויט אַ צערקווע און איר אַרומנעצאַמט מיט אַ פּאַרקאַן. דאָ זענען פאָרגעקומען פייערונגען מיטן אָנטייל פון דער מאַכט און מיליטער, אונדזערע פענצטער האָבן געדינט װי אַן אויס- געצייכנטער אָבסערוואַציע-פונקט, אָבער װואָס האָט פאַרשטאַ- נען אַ קליינער יינג? פון ספּעקטאַקל, אין וועלכן ער האָט נישט געטאָרט אָנטיילנעמען, און ער האָט זיך בלויז געקאָנט צוקוקן פונדערווייטנם +.
די צערקווע האָט געדארפט פאַרפעסטיקן די רוסישע מאַכט אין אַ פרעמדער שטאָט, באַװױנט פון יידן, פּאַליאַקן און דייטשן. אַ מאַכט, װאָס האָט זיך געקליבן צו הערשן דאָ אויף דורות. די צערקווע איז געווען א שיינע, סאָליד אויפגעבויט, די רוסישע סמאַכט איז אַנטלאָפן, אָבער די צערקווע אין גע" בליבן. קיין פייערלעכקייטן זענען מער נישט פאָרגעקומען, אָבער די גלאָקן האָבן ווייטער געקלונגען, און איין מאָל אָדער צוויי מאָל אַ יאָר זענען פאָרגעקומען רעליגיעזע פּראָצעסיעס