Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 61
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-909

ײזיש לאַָדזש 97 אַנטשטאַנען אַ פיליע פון דער וװואַרשעװוער ציוניסטישער אָרגאַ- ניזאַציע פאַר אַקאַדעמיקער ,ירדניה". אין דער זעלבער צייט איז אויך אַנטשטאַנען אַ ,ירדניה"-גרופּע פון שילער. די אַקאַדעמישע ירדניה" אין ליידער געװען אַ פאַר- בייגייענדיקע דערשיינונג אויפן לאָדזשער באָדן און האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין לעבהאפטע טעטיקייט. דערפאַר אָבער האָט זיך די שילער-גרופּע ,ירדניה" אַנטװיקלט אין אַן ערנסטער יוננט-אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בשעתן הויך-פּונקט פון איר טעטיקייט נגעציילט עטלעכע הונדערט מיטגלידער. דער גרינדער פון דער דאָזיקער אַרנאַניזאַציע אין געווען איינער פון די אַביטוריענטן פון דער יידישער גימנאַזיע אין לאָרזש, און שפּעטער אַליין אַ לערער פון אַזאַ גימנאַזיע אין סאָסנאַָװיעץ -- יוסף זאַנדער. די אַנדערע מיטגרינגער האָבן זיך רעקרוטירט פון די יידישע גימנאַזיעס. עס זענען געווען אויך שילער פון אַנדערע שולן --- אַפילן פּוילישע. איינער פון זיי איז געווען מאַקס גייזלער, פון בראונס גימנאָזיע.

passage_b8858a81eb044825e56adcd9
Passage 2normalized OCR · source chars 911-2175

ווען , ירדניה" איז אַנטשטאַנען, האָבן שוין עקזיסטירט אַנדערע יוגנט-אָרנאַניזאַציעס -- ציוניסטישע וי נישט ציוניס- טישע. עס האָט עקזיסטירט דער ,השומר הצעיר" -- שוין פון יאָר 1916. דאָס איז געווען נישט נאָר די עלטסטע אֶרגאַ- ניזאַציע, נאָר אידייאיש אַ שטאַרק פאַרפעסטיקטע אָרגאַניזאַ- ציע, וועלכע איז מיט דער צייט געװאָרן דער רוקן-ביין פון דער חלוצישער באַוענוננ. ‏ עס האָט עקזיסטירט די אָרגאַניזאַציע ,גורדוניה", אויך אַ חלוצישע יוננט-באַווענונג, נעשטיצט אויף דער , התאחדות". אָנפּירער פון דער גרופּע איז געווען, צוישן אַנדערע, דער שפּעטער באַקאַנטער מפּא"י-טוער פּנחס לבן, װאָס האָט נאָך דאַן געהייסן פּנחס לוביאַניקער. נעווען יוגנט- באַװוענונגען ביי די פּועלי-ציון: רעכטע , פרייהייט"; לינקע -- ,יוגנט". עס האָט עקזיסטירט , השומר הדתי" פאַרבונדן מיט , מזרחי". דער , בונד" האָט געהאַט די יוגנט אָרגאַניזאַציע , צוקונפט", עס זענען געשאַפן געװאָרן פאַרשידענע חלוצים- פארבאַנדן. , החלוץ" --- װאָס האָט אַרומגענומען די לינקע גרופּירונגען (, השומר הצעיר", , פרייהייט", ,גורדוניה"), החלוץ הכלל-ציוני האָט אַרומנענומען די חלוצישע יוגנט פון דער אַלנעמיין-ציוניסטישער באַװענונג; החלוץ המזרחי -- פאַר דער רעליגיעזער יוגנט. ביי דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַ- ציע האָט עקזיסטירט דער חלוץ בעל-מלאכה, וועלכער האָט אַרומגענומען דער האַנטװערקער יוגנט, וועלכע האָט זיך גענרייט צו עליה.

passage_6093ed875e0132041d30c9ca
Passage 3normalized OCR · source chars 2177-2922

די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע אין געװען נאַנץ ברייט פאַרשפּרײיט צװוישן דער יידישער יוגנט, אָבער רי קאָמוניסטי- שע יוגנס-באווענונג, װי די קאָמוניסטישע פּאַרטײ -- איז געווען אומלענאַל. ,יררניה? --- סמיט וועלכער איך בין געװוען פאַרבונרן אין משך פון די קומענדיקע יאָרן, האָט אויסגעפילט אַן עקזיס- טירנדיקן בלויז. איר אידעאָלאָגיע האָט זיך באַזירט אויף דעם גלויבן, אַז אין דער צייט פון בויען די יידישע סדינה (גענויער: אין דער צייט פון שטרעבן צו אַ יידישער מרינה), דאַרף מען דערציען די יוננט אין אַן אַפּאָליטישן גייסט, װאָס שטרעבט צו שאַפן אַ נאַציאָנאַלע סינטעזע. אין קאָנסעקװענץ: ,ירדניה" האָט זיך געהאלטן פאַר אַן אַפּאָליטישע יוננט- אָרגאַניזאַציע, נישט פאַרבונדן מיט קיין שום פּאַרטײ. נאָר אין דער פּראַסטיק האָט זיך אַרױסנעויזן, או ס'איז שווער

passage_fd8bb77e3452672c7cfd7791
Passage 4normalized OCR · source chars 2924-3517

איינצוהאַלטן די פּאָליטישע אומאָפּהענגיקײט. דערצוינעגע אין ,ירדניה" --- וי נאָר זיי זענען רייף געװאָרן, האָבן גענומען זוכן זייערע וועגן, וועלכע זענען נישט אַלע מאָל געווען די קאָנטינואיטעט פון דער אָנגעצייכנטער אַפּאָליטישער ליניע. אָרנאַניזאַציאָנעל און פינאַנסיעל איז אויך שווער געווען פאַר ,ירדניה" איינצוהאלטן זעלבשטענדיקייט. אירייאישש אַם נאָענטסטן איז געווען די ציוניסטישע אָרנאַניזאציע פון לאָדוש, וועלכע האָט זיך געפונען אויף צענליאַנע 4. נאָך אינערלעכע רייבונגען און אפילו אָפּפלוס פון מיטגלידער, האָט ,ירדניה" באשלאָסן צו פאַרבינדן זיך מיט דער ציוניסטישער אֶרנאַני זאַציע פון לאָרזש.

passage_aeb912dfebc54798c22cbda8
Passage 5normalized OCR · source chars 3519-4303

אַלע יוגנט-אָרגאַניזאַציעס אין לאָרזש זענען געווען שטאַרק סיי אָרגאַניזאַציאָנע? און סיי אידייאיש, און זענען געווען פון די פאָדערשטע אין גאַנץ פּױלן. פארשטייט זיך, מיינע דערינע- רונגען זענען פאַרבונדן מיט יירדניה", וועלכע האָט פון אֶנהוֹיב געפירט איר טעטיקייט אין לאָקאַל פון , הזמיר", אויף קאָשטשושקאָ נאַס נר,. 21, און נאַכער איבערגעטראָגן זיך אין דעם ואַרשעווער זאָל אויף פּאַלורניאָווע 26. אין דעם דאָזיקן זאָל איזן וי אַ סוב לאַקאַטאָר אַרױסנגעטראָטן דער יידישער טעאַטער , אַראַראַט", געשאַפן דורך משה בראָדערזאָן --- אין דער ערשטער פאַזע פון זיין עקזיסטענץ, ,ירדניה" האָט שפּעטער געענדערט איר נאָמען אויף , הרצליה", און נאָך שפּעטער, ווען זי האָט זיך פאַראייניקט מיט דער ציוניסטישער יוגנט-אָרנאַניזאַציע אין קליי-פּולן, און השומר הלאומי אין קאָנגרעס-פּױלן אויף , הנוער הציוני".

passage_6de299b9b4b79baef78f89b6
Passage 6normalized OCR · source chars 4305-5063

וי דער פאָרשטייער פון ,ירדניה" (הרצליה) האָב איך זיך אָנגעטראָפן מיט דער אַרבעט פון דער ציוניסטישער אָרנאַ- ניזאַציע אין לאָדזש און איר פאַרװאַלטונג, װאָס האָט נגעהייסן ועד העירוני. אין אֶנהויב איז מיר שווער געווען צו באַגרייפן די עלטערע הערן, וועלכע מיר האָנן אָנגערופן: מושב זקנים. פאַרשטענדלעך, אונדז האָט זיך אויסנעדוכט, אַז מיר זענען דער פּופּיק פון דער וועלט און די הויפּט-אויפגאַבע פון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע דאַרף זיין צו פאַרנעמען זיך מיט דער יידישער יוגנט. שפּעטער -- אייגנטלעך אַצינדל -- אין פּערספּעקטיוו פון צייט, קען איך ערשט אָפּשאַצן װי שטאַרק און מאָראַליש געזונט עס איז געווען די ציוניסטישע אָרגאַני זאַציע אין לאָדזש. די דאָזיקע באַמערקונגען זענען אויך חל אויף אַנדערע ציוניסטישע גרופּירונגען און אַנדערע פּאָליטישע פּאַרטייען. צִ

passage_ed05210dd01e0e883b67dafb
Passage 7normalized OCR · source chars 5065-5678

ווען איך האָב פאַרענדיקט די נימנאַזיע און אָנגעהויבן שטודירן אין וארשע, האָב איך זיך אייננטלעך צום ערשטן מאָל אָנגעטראָפן מיט דער נישטטיירישער וועלט. כאָטש קיין װאַרשע בין איך געפאָרן צייטנווייז, בלויז אויף אייניקע לעק- ציעס און אויך אויף עקזאמענס, האָב איך דאָך נגעהאט גענוג געלעננהייטן זיך צונויפטרעפן מיטן אַלנעמיינעם אַסאַרעמישן לעבן, אין דער צייט ווען איך האָב שטודירט, זענען נאָך נישט געווען די שפּעטערדיקע ,נעטאָ-בענק", דאָס הייסט: מען האָט נאָך נישט געצװונגען יידישע סטודענטן צו זיצן אויף באַזונ- דערע בענק, אָבער צייכנס פון װאַססנדיקן אַנטיסעמיטיום האָבן זיך שוין אָנגעזען. פּוילישע סטורענטן האָבן נעהערט

passage_5c558eba12e56e743a18f41d