Original scan
Original memorial-book scan 62
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1154

98 ש. ראַגאַזשינטקי: לאָדזש -- וי איך גערענק עס טע 4020 לע א בע יב יע עבט יו א עי א שא 1 יט צו דער אָרגאַניזאַציע , בראַטניאַ פּאָמאָץ" (ברידערלעכע הילף) -- אַן אָרגאַניזאַציע פון זעלבסט-הילף. צו איר האָבן יידישע סטודענטן נישט געהאט קיין צוטריט. בלויז די מיטגלידער פון דער אַרגאַניזאַציע האָבן געהאָט דאָס רעכט צו טראָגן סטודענ- טישע היטלען. יידן האָבן נישט נגעהערט צו דער אָרגאַניזאַציע און במילא נישט געהאַט קיין רעכט צו טראָגן די סטודענטן- היטלען, זענען זיי אַזױ אַרום צילבאַװוּסט געװאָרן , אויסגע- טיילט". פּוילישע אַקאַדעמישע הייזער זענען נישט געװוען צו- טריטלעך פאַר יידן. אויף אייניקע אָפּטײלונגען אויפן אוני- ווערסיטעט האָט פּראַקטיש געהערשט אַ ,נומערוס קלאַוזוס". יידן-אַבסאָלװענטן האָבן געהאַט שוועריקייטן צו באַקומען אַר- בעט. יידן-אבסאַָלװענטן פון יורידישן פאַקולטעט האָבן יאָרן- לאַנג געדאַרפט ואַרטן צו באַקומען די אַזױי גערופענע געריכט- לעכע אַפּליקאַציע. דאָס דערהאַלטן די אַפּליקאַציע איז געווען דער באַדינג אַרײינצוטרעטן אין דער אַדװאָקאַטור. וועגן נאָ- מינירט צו ווערן אַלס ריכטער האָט נאָר קיין רייד נישט גע- קאָנט זיין. אַנטיסעמיטיזם האָט זיך אָנגעזען; האָט זיך געלאָזט פילן, אָבער אַ סך ערגערע צייטן האָבן ערשט געדאַרפט אָנ- קומען.

passage_d8d23b1a2966eee6d8153a63
Passage 2normalized OCR · source chars 1156-1611

אַנטיסעמיטיזם איז נישט נאָר געקומען פון דער זייט פון דער פּוילישער באפעלקערונג און דער רעגירונג. איך האָב שוין פריער אָנגעוויזן, אז די ערשטע דייטשן װאָס האָבן זיך באַזעצט אין לאָדזש, זענען געווען פיינטלעך אייננעשטעלט קענן דער יירישער באַפעלקערונג. אָבער אין פאַרלױיף פון דער צייט האָבן די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע באַדינגונגען געצװווּנגען דער דייטשער באַפעלקערונג צו ענדערן איר טאַקטיק. א לענגערע צייט האָט אפילו געהערשט א דייטשיש-יידישע קאָאָפּעראַציע.

passage_a9f47f2b1144de89d520f0cb
Passage 3normalized OCR · source chars 1613-2791

לאָדזש איז געווען אַן אייננאַרטיקע שטאָט אין דעם זין. עס איז געווען א שטאָט אַ פילפעלקערדיקע. אויסער אַ געוויסער צאָל רוסן, וועלכע זענען איבערנעבליבן פון דער צייט פון פאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָבן ראָ הוױיפּטזאַכלעך געוווינט פּאָליאַקן, יידן און דייטשן. די הויפּט:באַפעלקערונג זענען געווען די פּאַליאַקן, אָבער יידן און דייטשן האָבן אויס- געמאַכט קנאַפּע 40 פּראָצענט פון דער באַפעלקערונג. לאָדזש איז געווען אַן אַרבעטער-שטאָט, און די מערהייט אַרבעטער זענען געווען פּאַליאַקן. די אינדוסטרי און דער האַנד? איז געווען באהערשט פון יידן און דייטשן. געווען אָבער א באַ- דייטנדער אַרבעטער-קלאַס סיי פון יידן, און סיי פון דייטשן, געווען אויך א גרויסע יידישע אָרעמקייט. דאָס אין געווען צוליב דעם, װאָס מען האָט יידן נישט אָנגענומען אויף אַרבעט אין דער מלוכהשער אַדמיניסטראַציע, און אויך נישט אין פּרי- װאַטן סעקטאָר, איבערהויפּט האָט געהערשט אַ שטאַרקע קעג- נערשאפט קענן צולאָזן יירישע אַרבעטער אין מעכאַניזירטע אונ- טערנעמוננען, אפילו --- ווען די באַלעבאַטים זענען געווען יידן. נישט איינמאָל האָבן די פּוילישע אַרבעטער געשטרייקט, כדי נישט צו דערמענלעכן מ'זאָל צו דער אַרבעט צונעמען א יידן. דאָ און דאָרט האָט זיך אַזא שטרייק אָנגעטראָפן אויפן ווידער- שטאַנד פון יידישן פאבריקאַנט,

passage_aee8d923d12537220ccdfa85
Passage 4normalized OCR · source chars 2793-3872

איינער פון די שטאָלצע, איז געווען דער נישט גרויסער פאַבריקאַנט בראָנכער (אונדזער שכן פון קילינסקעגאָ גאַס). אַ רעליגיעזער ייד, אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע, אין ער נישט אִפּ- געטראָטן, און געצווונגען זיינע אַרבעטער זיי זאָלן צולאָזן אַ יידן צו דער אַרבעט, א געוויסע באדייטוננ האָט אויך געהאַט דער פאַקט װאָס פרומע יידישע אַרבעטער האָבן נישט געאַר- בעט אום שבת, און אפילו יידישע פאבריקאנטן האָבן צוליב דער סיבה זיי נישט געװאָלט באשעפטיקן. צוליב דעם אייננאַרטיקן נאַציאָנאַלן און קלאַס-צוזאַ- מענשטעל, אין די צעטיילוננס-ליניע געווען נישט נאָר צװוישן קלאַסן, נאָר אויך צװוישן פעלקער. מען האָט אָנגערופן די שטאָט -- דאָס רויטע לאָדזש -- און מיט רעכט. כמעט זינט דער אַנטשטיאונג פון לְאֲדוֹש, האָבן אין איר גענורטעוועט רעװאַלוציאָנערע ברויזן. פון צייט צו צייט זענען אויסגעבראַכן ערנסטע שטרייקן, מיט פאָדע- רונגען צו פארבעסערן די באַדינגונגען. דאָ אין רער קאָמו- ניסטישער איינפלוס געווען אַ שטאַרקער, אָבער נישט וייני- קער איינפלוס האָבן געהאָט אַנדערע אַרבעטער אָרגאַניזאציעס: פּוילישע, יידישע און דייטשע. יעדעס יאָר, אין דעם ערשטן מאי אָפּנעשטעלט געװאָרן די אַרבעט אין כמעט אַלע פאַב-

passage_0a3eb0c362ebf7926d3d2c07
Passage 5normalized OCR · source chars 3874-4747

ריקן. אויף דער פּיאָטרקאָװער גאס האָבן מאַרשירט מעכטיקע אַרבעטער - דעמאָנסטראַציעס מיט רויטע פענער. מען האָט געזונגען אַרבעטער- און רעװואַלוציאָנערע לידער. טיילמאָ? האָט די רייטער-פּאָליצײי אָנגעגריפן, כדי איבערצורייסן דעם מאַרש און צו ארעסטירן א טייל דעמאַנסטראַנטן -- הופּטזאַכלעך יידן, אין פארשידענע צייטן איזן דער שטאַטראט געוען אַ ,רויטער". דאָס איז געווען דער רעזולטאַט פון װאַלן, וועלכע האָכבן גענעבן א מערהייט דער פּוילישער סאַציאליסטישער פּאַרטײ (פּ.פּ.ס) צוזאַמען מיט די דייטשע סאציאליסטן, , בונד" און , לינקע פּועלִי ציון". עס איז אָבער אויך געווען אַן אַנדער לאָדזש --- אַ נאַציאָ- נאַליסטישע. דאָס אין געװוען דאָס לאָדזש, פון פעלקער- צעטיילונג, אין וועלכער די קלאַס-אינסטינקטן זענען פאַר- שטיקט געװאָרן, און דער אַנטיסעמיטישער אינסטינקט האָט באַקומען די אויבערהאַנט -- אונטערגעהעצט פון דער קאַטױ- לישער קירכע און, און אויך צוליב דער כסדרדיקער אַרבעטסלאָזיקײט.

passage_6de14007fa6cc20d5dc91742
Passage 6normalized OCR · source chars 4749-5663

דעמאָלט האָט זיך די יערלעכע דעמאַנסטראַציע פון 8טן מאַי, פאַרװאַנדלט פון אַ נאַציאָנאַלער אין אַן אנטי-יידישער. דאַן האָבן מיט דער פּיאָטרקאָוער גאָס מאַרשירט מאסן מיט נאַציאָנאַלע פענער, מאַכנדיק אַנטײיידישע אויסרופן. נאָך היינט קלינגט איינער פון זיי אין מיינע אויערן; אייערע הייזער און אונדזערע גאַסן (ואַשע קאַמיעניצע -- נאַשע אוליצע). ליידער -- די גאַסן זענען געווען זייערע. אין די דאָזיקע צייטן האָט אפילו די פּוילישע סאַציא- ליסטישע פּאַרטײ אויס מורא צו פאַרלירן איר פּאָפּולאַריטעט נישט געװואָלט גיין צו די שטאַטראַטן-װאַלן מיטן , בונד" און די , לינקע פּועלי ציון". דעמאָלט האָט דער שטאָט-ראָט אויפ- געהערט צו זיין אַ , רויטער", און ער איז נעװאָרן א נאַציאָ- נאַליסטיש-פּוילישער,. מען האָט אָפּנעשאַפט אַלע סובסידיעס פאַר יידישע אינסטיטוציעס צונעטיילט פון דער פריערדיקער שטאָט - פאַרװואַלטונג,. מען האָט אויך אָפּגעזאָנט פון דער אַרבעט די עטלעכע יידן, וועלכער דער פריערדיקער שטאָט-ראַט האָט באַשעפטיקט. צִ

passage_2252dec95c353d712a5b8c86