ײידיש לאָדזש 59 די וועלט-געשעענישן און אויך די אַלגעמייך-פּוילישע האָבן פאַרשטענדלעך געהאַט אן איינפלוס אויף דעם פּאָליטישן און געזעלשאַפטלעכן לעבן פון לֿאָדזש. ווען פּוילן האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט אין יאָר 8, האָט זי געמוזט אונטערשרייבן אַ טראַקטאַט, וועלכער האָט גאַראַנטירט דאָס רעכט פון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. דאָ האָט זיך, פארשטייט זיך, געהאַנדלט נישט ווענן יידן, נאָר ווענן רוסן, אוקראַינער און דייטשן, וועלכע האָבן אין גרויסע מאַסן געוווינט אין פּױלן, איבערהויפּט אין די מזרח און מערב-געביטן פון לאַנד.
פּוױילן איזן געווען א פיל-פעלקערדיק לאַנד, אָבער די פֹּאַ- ליאַקן האָבן מיט דעם פאַקט נישט געװאָלט שלום מאַכן. ווען ערב די וואלן צום צווייטן פּוילישן סיים, אין יאָר 1929 האָט מען איינגעפירט א נייע װאַל-אָרדינאַציע, און די נאַציאָנאַלע מינדעהייטן האָבן זיך דערפילט באַדראָט, אין אֹפִילו דער- גאַנגען צו אַן אויפשטאַנד פון בלאָק פון די נאַציאָנאַלע מינ- דערהייטן, אוקראינער, ווייסרוסן, דייטשן, יידן און אַנדערע. אויך אויפן שטח פון לאָדזש האָט דער בלאָק פון נאציאַנאַלע מינדערהייטן ארויסגעשטעלט איינענע קאַנדידאַטן און אויף דער אַלנגעמיינער צאָל פון 7 מאַנדאַטן, האָט דער בלאָק באַקו- מען צוויי מאַנדאַטן --- איינער פון זיי פאר די יידן (צויניס- טישער) און דער צווייטער --- פאר די דייטשן. דאָס איז געווען דער רעזולטאָט פון יידיש-דייטשער צוזאַמענאַרבעט, וועלכע האָט אָנגעהאַלטן א ריי יאָרן, ביז דער נאַצישער גיפט האָט דערגרייכט לאָדזש, און האָט באַהערשט די דייטשע באַפעל- קערונג פון לאָדזש.
װאַלן צום סיים אָדער שטאַטראַט האָבן גענעבן די געלעננ- הייט צו מאַניפעסטירן דעם כוח. יעדע יידישע פּאַרטײ האָט זיך באמיט צו דערגרייכן די בעסטע רעזולטאַטן. די וװאַל- אַגיטאַציע איז געווען זייער אַן אינטענסיווע. עס זענען פאָר- געקומען אָן א צאָל ואל-מיטיננען אין קאָנצערטזאַל, און אויך אין קלענערע זאַלן. די שטאָט אין געװאָרן פאַרדעקט מיט פאַרשידנאַרטיקע פּלאַקאַטן און װאַל-לאָזונגען. די פּלאַ- קאטן האָט מען געקלעפּט הויפּטזאַכלעך ביינאַכט, און ביי דער געלעגנהייט האָט מען אויך צייטנווייז אַראָפּגעריסן די פּלאַ- קאטן פון קעגנער. א וויכטיקע ראָ? אין דער ואל-אַניטאַציע האָבן געשפּילט די טאָנ-צייטונגען.
די יידישע פּרעסע איז דורכגענאַנגען פאַרשידענע פאַזן, אָבער עס זענען תמיד געווען נישט ווייניקער וי צוויי לאָקאַלע צייטוננען,. אין די לעצטע יאָרן זענען עס געווען ,לאָרזשער טאַגעבלאַט? און , נייער פאָלקסבלאַט". אַן אָנגעזעענע ראָל האָט אויך פארנומען די פּוילישע פּרעסע. צוויי הויפּט-צייטונ- גען אין דער פּוילישער שפּראך ,רעפּובליקאַ' און ,גלאָס פּאָראַנני" האָבן זיך געשטיצט אויף דער יידישער באַטעל- קערונג. די אייגנטימער, די רעדאקטאָרן און די מערהייט לייע- נער פון די צייטונגען זענען געווען יידן. אַ קורצע צייט איז אפילו אין לאָדזש דערשינען א יידישע צייטונג אין דער פּוײ לישער שפּראך: ,װיאַראָמאָשטשי צאָדזשעננע". דער כאַראַק" טער פון דער צייטונג איז געווען פּראָדציוניסטיש. שטאַרק פאר- שפּרייט זענען אין לאָדזש געווען די צענטראלע צייטוננען וי ,היינט", , מאָמענט", ,פאָלקסצייטונג", , אַרבעטער-צייטונג", דיידדרלי ר רידנעננליייעלאקזררעלקררקרלל ר רייייליזירררדררררייייייקעעלטלעללעעעע 6 ע טני עענדלער יי י ירא :55 :1::3::215::3:2; ,טאָגיבלאַט? און ,נאַש פּשעגלאַנד?. די צייטונגען האָבן אִפּ- געשפּיגלט די מיינונג פון אַלע פּאָליטישע פּאַרטײען ביי יירן.
דאָס פּאָליטישע לעבן אין לאָדזש איז געווען זייער פאַרבנ- רייך. עס האָט ארומגענומען דעם גאַנצן אידעאָלאָנישן און פּראָגראַמאַטישן ספּעקטרום, רעפּרעזענטירט אין דער יידישער נעזעלשאַפט. אויך דאָ זענען געווען צויי צעטייל-ליניעס: איינע, האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער סאַציאַל-פּאָליטישער קריטעריע; דער פּרוביר-שטיין פון דער צוייטער, איז געווען -- די באַציאונג צו די ציוניסטישע אַספּיראַציעס. אויב עס גייט וועגן דער לעצטער צעשייד-ליניע -- זענען געווען אין לאָדזש די ציוניסטישע אָרנאַניזאַציע (וועגן וועלכער איך האָב שוין פריער דערמאַנט) און אַ ריי אַנדערע ציוניסטישע נרופּן. אויף דער צווייטער זייט זענען געווען די יידישע קאָמו- ניסטן, בונדיסטן, פאָלקיסטן און די , אנודה". אויך די פּאָליטיש-סאָציאַלע פאַרנאַנדערטײלונג איז געווען קלאָר; פון איין זייט זענען געווען די אַרבעטער-פּאַרטײיען (די אומלעגאַלע קאָמפּאַרטײ, ,בונד", , פּועלי-ציון?) און פון דער צווייטער זייט: די קליינבירגערלעכע ציוניסטישע גרופּן, פאָל- קיסטן און אָרטאָדאָקסיע.
עס איז געווען איין פּאָליטישע פּאַרטײ, ונ די אַלֶע שטרע- מונגען זענען זיך צוזאמעננעקומען, דאָס זענען געווען די פּועלי ציון, וועלכע האָבן זיך אין יאר 1922 געשפּאָלטן אויף ,לינקע" און , רעכטע". די לינקע פּועלי-ציון האָט גראַוויטירט אין דער ריכטונג פון פּאָליטישן ראַדיקאַליזם און איר הויפּט- אַרבעט איז געווען -- קלאַסנקאַמף. זיי זענען געווען אויסער דער ראַם פון דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאציע, און דעריבער געפירט די פּראָדארץ-ישראל טעטיקייט זעלבסט- שטענדיק ביזן יאֶר 1948. די רעכטע פּועלי-ציון, איינהאַלטנדיק דעם קלאַסן-כאַ- ראַקטער פון אַן אַרבעטער-פּאַרטײ, האָט גלייכצייטיק גענומען אַן אַקטיון אָנטיי? אין דער אַלגעמיינער טעטיקייט פון דער ציוניסטישער באַװועגונג, װי צום ביישפּי?: צו די װאַלן פון ציוניסטישן סאָנגרעס. אין יאָר 1929 האָט זי זיך פאראייניקט מיט , צעירי ציון" -- און איר כוח האָט זיך פאַרשטאַרקט, די פּאָליטישע ספערן-איינפלוסן האָבן זיך אויסקריסטאַ- ליזירט אין דער צייט פון װאַלן צום סיים, שטאָטראַט, קהילה, אַפילו בשעת װאַלן אָנצופירן מיט פאַראיינען אָדער ווירט- שאַפטלעכע אָרגאַניזאַציעס.
ביי סיים-װאַלן, איז בלויז די ציוניסטישע אַרנאַניזאַציע (מיט דער אונטערשטיצונג פון אַנדערע ציוניסטישע גרופּי רונגען און מעסיקער אָרטאָדאָקסיע, װי די אַלעקסאַנדער חסי- דים) און די אגודה", געווען בכוח דורכצופירן דעפּוטאַטן. דער , בונד" איז נישט געווען בכוח דוכצופירן קיין דעפּוטאַט, כאָטש ביי שטאַטראַט-װאַלן און אויך ביי װאַלן אין די פּראָ- פעסיאַנעלע פאריינען האָט ער געהאַט גרויס דערפאָלק. אייניקע פאריינען זענען געווען באַהערשט פון , בונד", אַנדערע --- פון די לינקע פּועלי ציון,. דער קאַמפף פאר באַהערשן די סוחרים- און האַנטװערקער פאַריינען, איז געפירט געװאָרן צװישן די ציוניסטן, פאָלקיסטן און , אנודה". די יידישע קהילה איז געווען די פעסטונג פון ,אנורה", איבערהויפּט אין דער לעצטער תקופה, ערב דער צװייטער