Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 64
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-268

60 ש. ראָגאַזשינסקי: לאָדזש -- װי איך גערענק עס וועלט-מלחמה, ווען די אנודה" האָט אַקטישו מיטגעאַרבעט מיט דער רעגירונג-גרופּע , סאַנאַציע" (אַ באַוװעגונג געשאַפן נאָכן פּילסודסקי-פּוטש אין יאָר 1926), וועלכע האָט אָן איבע- רייס רענירט מיט פּױלן ביזן אויסברוך פון קריג.

passage_ff6573288bfeb790c46aa4ea
Passage 2normalized OCR · source chars 270-1488

רי ציוניסטישע אֶרנאַניזאציע פון לאָדזש האָט געהאַט אַ רייכע טראַדיציע. אין דער צייט, וען איך בין געװאָרן א מיטנליד פון ועד העירוני, האָבן שוין געפעלט אַ ריי פאַר- דינסטפולע טוער, וועלכע האָבן די אֶרגאַניזאַציע געבויט, עס זענען נאָך פונדעסטוועגן געבליבן אַלטע איבערגעגעבענע טוער. אין שפּיץ פון דער אֶרנאַניזאַציע אין געשטאַנען דר. יעזשי ראָזענבלאַט. כאָטש ער איז געווען אַ גוטער און דער- פאַלנרייכער דאָקטער, האָט ער פאַרװאָרפן די פּראַקטיק און זיך געווידמעט געזעל- שאַפטלעכער ארבעט און פּאלִיטיק. ער אין נישט נאָר נעווען דער פאָרוי- צער פון דער ציוניסטי" שער אֶרגאַניזאַציע, נאָר אויך אַ. לאַנגיאָריקער סיים-דעפּוטאַט; א ראַט- מאַן אין לאָדזשער שטאָט- ראַט; אַ ראַטמאַן (אַ דאָ- זער) אין דער יידישער קהילה; אומדערמידלעכער טוער פון , קרן היסור". ער איז אויך געווען דער דירעקטאָר פון לאָרזשער דעפּאָזיטן-באַנק, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן דורך די יידישע סוחרים. ער איז נישט געווען קיין טעאָרעטיקער אָדער שיין-ריידער, דערפאַר אָבער אַן אויסגע- צייכנטער אָרנאַניזאַטאָר און ערלעכער פּאָליטיקער. ער האָט זיך נישט געוואקלט פון רעזיגנירן זיין מאַנדאַט אַלס סיים- דעפּוטאַט, וועלכן ער װאָלט ואַרשיינלעך געקאַנט קריגן -- ווען ער װאָלט מסכים געווען אויף געוויסע אירעאישפּאָליטי- שע קאַנצעסיעס, מיטאַרבעטנדיק מיט דער , סאַנאַציע".

passage_91974089be337228e527c1e7
Passage 3normalized OCR · source chars 1490-2574

דער ועד העיריני האָט געהאַט אין זיין צוזאמענשטעל אַ גאַנצע ריי ווערטפולע מענטשן, וי ישעיהו אונער (לאַנג- יאָריקער רעדאקטאָר פון ,לאָדזשער טאַגעבלאַט", אינזש. גרשון פּראַשקער (פאַנגיאָריקער ראַטמאַן אין שטאַטראַט), משה לֶעמאָן (אויסגעצייכנטער רעדנער), צבי לִיטווין, פּ. מאַר- כעוו (א טוער פון קרן-קימת). עס זענען געװען נאָך א ריי עלטערע טוער, וועלכע האָבן זייער גאַנצן לעבן אָפּגעגעבן פאַר דער ציוניסטישער באוועגונג וי קלמן לעווענטאן, שמוא? לעוו און אַנדערע. די אַלטע קאַדרן זענען מיט דער צייט דער- גענצט געװאָרן מיט יוננע טוער, וי דר. קראַוש, אַדװאָקאַט שטראַוך, אַדוו. צימערמאַן און אַנדערע. דער סעקרעטאַר פוֹן דער ציוניסטישער ארנאַניזאציע אין נעווען אשר שאַפּיראָ, און זיין פאַרטרעטער אַ. ראָטקאָפף. שאַפּיראָ איז געווען דער אזוי גערופענער , ליטװואַק", פול מיט טעמפּעראַטמענט, א נוטער אָרנאַניזאַטאָר און אַ געניטער בֹּאָ- ליטיקער. א דאנק זיינע פעאיקייטן, האָט זיך אין לאָקאַל פון ד"ר יעזשי (אורי) ראָזענבלאַט דער אָרגאַניזאַציע קאָנצענטרירט דאָס גאַנצע פּאַליטישע לעבן פון דער ציוניסטישער באַועגונג. אין דעם לאָקאַל האָבן זיך אויך געפינען די ביוראָען פון קרן-קימת און קרן-חיסור.

passage_89bb2b2f9764b07a8b7f97fb
Passage 4normalized OCR · source chars 2576-3633

פּאָליטיש, אין די ואַמען פון דער ציוניסטישער אֶרגאַני זאַציע האָבן זיך נאַכער אויסגעטיילט פאַרשידענע ציוניסטישע גרופּירונגען. עס איז אַנטשטאַנען די רעיזיאָניסטישע פראַקציע, וועלכע האָט שפּעטער געשאַפן א זעלבסטשטענדיקע פּארטיי, אין שפּיץ פון וועלכער עס איז געשטאַנען אינזש. עלפּערין. די רעװויזיאָניסטישע פּאַרטײ האָט זיך שטאַרק אַנטװיקלט אין די דרייסיקער יאָרן. זי האָט נעהאַט אירע צוייגן: א יוגנט- אָרגאַניזאַציע, אונטערן נאָמען , בית טרומפּלדור", אַ האַלב- מיליטערישע גרופּע: , ברית החיי?". אויך די פּאַרטײ האָט נישט אויסגעמיטן קיין שפּאַלטונג, נאָכן ארויסטרעטן פון ציוניסטישן קאָנגרעס. דאַן האָט זיך אין לאָדזש געשאַפן די , יודענשטאט פּאַרטײ", אין דער צייט פון די פּאָליטישע קאַמפן צווישן די גרופּן ;על המשמר" און , עת לבנות" איז אַנטשאַנען אין לאָרזש אַן אָרנאַניזאַציע: ציוניסטן-ראַדיקאַלן, וועלכע האָט געשטיצט די פּאָליטיק פון יצחק גרינבוימען און זיין קאַמף, צוישן אַנדערע, קענן פאָרמירן די יידישע אַגענץ. די דאָזיקע אֶָרגאַ- ניזאציע האָט זיך אָננגערופן ,התחיה". איינער פון אירע פילאַרן אין געווען חיים װידאַווסקי, שפּעטער א קרבן אין לאָדזשער געטאָ.

passage_a7e215dd223eca8d4f243dd5
Passage 5normalized OCR · source chars 3635-4062

שטיצנדיק זיך אויף דער ציוניסטישער אֶרנאַניזאַציע, איז געווען טעטיק די ציוניסטישע פרויען-אָרגאַניזאַציע , וויזאָ", מיט מלכה רעזניק אין דער שפּיץ. | אין ענגער צוזאַמענאַרבעט מיט דער ציוניסטישער אֶרגאַ- ניזאַציע, איבערהויפּט אין דער צייט פון ואַלן צום סיים און צום שטאַטראַט, איז געווען די פּאַרטײ פון רעליניעזע ציו- ניסטן -- ,מזרחי". אירע אָנגעזעענע פירער זענען געווען די ראַטמענער אין שטאַטראַט, משה העלמאַן און טוביה ביאַלער.

passage_98b26699c6b851a877449a33
Passage 6normalized OCR · source chars 4064-5077

, מזרחי" און רעװיזיאָניסטן האָט מען געקענט רעכענען, וי די רעכטע ציוניסטן. די לינקע ציוניסטן זענען געווען רעפּ- רעזענטירט דורך , התאחדות? און רעכטע פּועלי ציון. , התאחדות" איז נישט געווען קיין גרויסע פּאָליטישע פּאַרטײ. זי האָט זיך געשטיצט אויף דער יידישער אינטעליגענץ, וועלכע האָט אונטערשטיצט די העברעישע שפּראך אין די תרבות- שולן,. זי האָט פארמאָנט א סך טוער מיט דר. שוייג (לאַנג- יאָריקער ראַטמאַן) און דר. אריה טאַרטאַקאָװער אין דער שפּיץ,. די רעכטע פּועלִי ציון, כאָטש זי האָט זיך אָריענטירט אויפן אַרבעטער-קלאָס, האָט אויך נישט פאָרנעשטעלט מיט זיך קיין ערנסטן, פּאָליטישן כוח. אין זייער שפּיץ אין נע- שטאַנען לייזער לעווין און גאָלְדין,. און דאָך האָט די ,התאחדות", און נאָך מער די פּועלי ציון (רעכטע) געשפּילט אַן ערנסטע ראָל, ווען ס'האָט זיך געהאנדלט וענן איינפלוסן אין די ציוניסטישע ספערן. די דאָזיקע צוויי פּאַרטײען, צו- זאַמען מיטן , השומר הצעיר" און אַנדערע יוננט-אָרנאניזאַ- ציעס האָבן נעשאַפן די , לינע פון אַרבעטנדיקן ארץ-ישרא?", וועלכע האָט בשעת װאַלן צום ציוניסטישן קאָנגרעס נעהאַט גרויס רערפאָלג.

passage_a0cc0fa151d36963f2bfdf29