Original scan
Original memorial-book scan 66
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-946

62 שׁ. ראַנאָזשינפקי: לאָדזש -- װוי איך געדענק עס צווישן אַנדערע אַדאַנק דעם, ויי? די נישט-רעליניעזע גרופּן פון דער יידישער באַפעלקערונג, האָבן נישט ארויסגעוויזן קיין גרויסן אינטערעס פאר דער טעטיקייט פון דער קהילה, און די וואַל-באַטײליקונג פון די נרופּן איזן נגעווען א מינימאַלע. באַקאַנטע טוער פון דער , אנודה" זענען געווען: ליאַנגיאָריקער פאַרזיצער יחיא? יצחק בערמאן, משה און יוסף וװאִידיסלאַװו- סקי, בערנער און פּליװאַצקי. די אָרטאָדאָקסיע אין נישט געווען קיין איינהייטלעכע. עס זענען צווישן איר געווען נרופּן, װוי למשל, ‏ אַלעקסאַנדער חסירים", וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע בשעת װאַלן צום סיים, אָדער שטאַטראַט. וויכטיקע טוער פון די אַלעקסאַנדער חסידים זענען געווען: א. מ. קעניגסבערג און הענעך רוס, אַ קליינע, נישט-ציוניסטישע פּאַרטײ זענען געווען די פאָל- קיסטן. די באַזע פון דער פּאַרטײ זענען געווען די האַנטװערקער, און אויף דעם דאָזיקן באָדן האָבן צווישן זיך קאָנקורירט די פאָלקיסטן און די ציוניסטישע גרופּן.

passage_af5f749a2452b3bc45bb8687
Passage 2normalized OCR · source chars 948-1405

אין דער צייט, ווען צו דער מאַכט אין פּוילן איז געקומען די , סאַנאַציע", האָבן די פאָלקיסטן ארויסגעוויזן טענדענצן פון מיטמאַכן זייער פּאָליטיק, און האָבן אין דער קהילה מיטגע- אַרבעט מיט דער , אגודה". אין שפּיץ פון די פאָלקיסטן זענען געשטאַנען די אַדװאָקאַטן; יוסף וייצמאַן און הערשליק, וי אויך מענד? באלבערישסקי. יוסף וייצמאַן איז געווען אַ פאַר- נעמיקער פּאָליטיקער, אָבער די באַזע פון זיין פּאַרטײ האָט אים נישט דערלויבט צו שווימען אין ברייטע ואַסערן. צִּ

passage_d3b6fe54f33e0512a8925e92
Passage 3normalized OCR · source chars 1407-2597

איבער 100 יאָר האָט עקזיסטירט דאָס יידישע לֹאֲדוש. אירע לעצטע 21 יאָר זענען אויסגעפאַלן אין דער צייט פון פּױלנס אומאָפּהענגיקייט. געווען זענען עס יאָרן דערהויבענע און פאַרװאָלקנטע. פון איין זייט האָט זיך צעבליט און פאַר- נאַנדערגעװאָקסן דאָס פּאָליטישע, נעזעלשאַפטלעכע און קולטו- רעלע לעבן פון פּוילישן יידנטום. פון דער אַנדערער זייט, נאָך דער ערשטער פאַזע פון גרויסע האָפענונגען אויף דער צוקונפט און פֿאַרהעלטנישמעסיקער גלייכהייט, אין דער נאַציאָנאַלער און עקאָנאָמישער דרוק אין באַצוג צו יידן געװאָרן װאָס אַמאָל שווערער. מען האָט זיך באַמיט צו פאַרװאַנדלען יידן אין בירגער פון דער צווייטער מדרגה. די דאָזיקע באַמיאונגען האָבן זיך אָנגעטראָפן אויף אַ ידערשטאַנד מצד דער יידישער באַ- פעלקערונג. דער ווידערשטאנד איזן געקומען צום אויסדרוק אין פּאָליטישן קאַמף אין סיים און אין די שטאַטראַטן. דער אַרבעטער-קלאָס האָט רעאַגירט מיט זיין סאָלידאַריטעט און מיט שטרייקן. אין דעם דאָזיקן קאַמף האָט געשפּילט א גרויסע ראָל דער פירער פון פּוילישן יידנטום, לאַנגיאָריקער סיים- דעפּוטאַט, וועלכער איז געווען זייער פּאָפּולער אין לאָדזשׁ ‏ --- יצחק גרינבוים. זיין קומען קיין לאָדזש און זיינע ארויסטריטן אויף מיטינגען -- האָבן עלעקטריזירט דער יידישער באַפעל- קערונג און האָבן נגעװועקט צום קאַמף פאר רעכט.

passage_16d899f3372d83b1907a45d9
Passage 4normalized OCR · source chars 2599-3733

די פּאָליטישע דיסקרימינאַציע לנבי דער יידישער באַפעפ- קערונג האָט זיך אָנגעהויבן דורך איינפירן א געזעץ וועגן זונ- טיקדיקער צװאַנגדרן. סוחרים און באַלעבאַטים פון װאַרשטאַטן זענען געשטאַנען פאר א שוערן פּראָבלעם: אָפּזאָגן זיך פון אויפהאַלטן שבת, אָדער אונטערגיין אין עקאָנאָמישן קאַמף? רעכענענדיק זיך מיט דער אינטערנאַציאַנאַלער עפנטלע- כער מיינונג האָט מען אין פּױלן נישט אייננעפירט בולטע אַנטי-יידישע געזעצן, אָבער אין דער פּראַקטיק האָט מען שווער געמאַכט דאָס לעבן פון די יידן. ספּעציעל אין פילבאַר געווען דער דרוק, אויפן געביט פון שטייערן. מען האָט סקרופּולאָז ליציטירט יידיש פאַרמענן,. די אויסדרוקן ‏ נראבסקיס ווענע- לעך" און , גראַבסקיס עליה" זענען געװאָרן א טייל פון דער אומגאַננס-שפּראַך. וולאַדיסלאַוו גראַבסקי איזן געווען פינאַנ- מיניסטער אין דער פּוליש-ענדעקישער רעגירונג, וועלכער האָט דורכגעפירט די װאַלוטע-רעפאָרם. איינע פון די מיטלען איז געווען דאָס פארציען די שרויף פון שטייערן. ליציטאַציעס פאַר שטייער-חובות זענען געווען אויף דער טאָג-אָרדנונג, און דעם פאַרמעגן וועלכן מ'האָט נישט געקאָנט פארקויפן האָט מען נגעזאַמלט אין מלוכישע סקלאַדן. דער דאָזיקער דרוק האָט ארויסגערופן אַ פאַרשטאַרקטע עמיגראַציע קיין פּאַלעסטינע.

passage_2577b751269229523a30d7bc
Passage 5normalized OCR · source chars 3735-4370

יידן --- אַביטוריענטן פון מיטל-שולן איזן װאָס אַמאָל שווערער געװאָרן אָנצוקומען אין פּוילישע הויך-שולן, און אויך אין גרעסערע האנדלס- און אינדוסטרי-אונטערנעמונגען. די יוננט האָט געפונען אן אויסוועג דורך שטודירן אין אויס- לאַנד, און א סך פון די, וועלכע האָבן דאָרט פארענדיקט זייער שטודיום -- זענען שוין מער נישט צוריקגעקומען אין לאַנר אריין. דער דאָזיקער פּרט האָט דירעקט אָנגערירט לאָדזש, ונ עס איז במילא נישט געווען קיין הויך-שול. דאָס קומען פון היטלערן צו דער מאַכט אין דייטשלאַנר, האָט נאָך מער פאַרערגערט די לאַנע פון דער יידישער באַפעל- קערונג אין פּוילן. דער פּוילישער נאַציאָנאַליזם און שאָװי- ניזם האָט ארומגעכאַפּט דאָס לאַנד.

passage_a27fdf9505b53c743dd68c24
Passage 6normalized OCR · source chars 4372-5145

אַנטיסעמיטישע קערענדלעך האָבּן שוין עקזיסטירט אין לאָדזש, זינט איר באַנינען. דער פּוילישער אַרבעטער-קלאַס איז געװאָרן אויפגעהעצט קענן , פרעמדע" קאַפּיטאַליסטן, איבער- הויפּט יידן. אין לאָדזש האָבן עקזיסטירט צוויי גענוג שטאַרקע פּאָליטישע פּאַרטײען: נ.פּ.ר. (נאַציאָנאַלע פּאַרטײ פון אַרבעטער) און , כאַדעקעס" (קריסטלעכע דעמאָקראַטיע), וועלכע האָבן זיך באַמיט צו באַאיינפלוסן דעם אַרבעטער-קלאַס, ביידע פּאר- טייען האָבן נעהאָט אַן אױסגעשפּראָכענעם אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער. נעבן זיי האָט עקזיסטירט א בירגערלעכע פּאַרטײ, ,ענדעקעס" (דעמאָקראטישע פאָלקס-פּאַרטײי), וועלכע האָט געהאָט א ברייטע אונטערשטיצוננג אין דער פּוילישער געזעל- שאַפט. די מאַכט און די זעלבסט-פאַרװאַלטונגען האָט זיך מער מאָל געטוישט, און פון צייט צו צייט זענען געקומען צו דער מאַכט אַנטיסעמיטישע פּאַרטײען.

passage_50f59873aad4e5e76caa1303
Passage 7normalized OCR · source chars 5147-5605

אויך די , סאַנאַציע", די גרופּע, ועלכע האָט רעגירט מיט פּוילן זינט דאָס יאָר 1926, האָט אין די דרייסיקער יאָרן זיך באמיט אויסצונוצן דעם פּוילישן נאַציאָנאַליזם פאַר אירע פּאָליטישע צילן, און אין אַ נרויסער מאָס האָט זי איבערגע- נומען פון די ,ענדעקעס" איר אַנטי-יידישע פּראָגראם.. אין סיים האָט מען אריינגעטראָגן א געזעץפּראִיעקט קעגן דער יידישער ריטואלער שחיטה. איינער פון די , סאַנאַציע"-פּרע- מיערן האָט פאָרמולירט די נייע פּוילישע פּאָליטיק לנבי די ייר -

passage_b5efedeeae073fc327eec571