Original scan
Original memorial-book scan 67
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1018

ײידיש לאָדוש 63 טיט רא אב גיב יב יי א יי עי א יט יע א אש 1 א יי יט ,עקאָנאָמישער קאַמף -- ביטע זייער (אָוושעם). די דאָ- זיקע פאָרמולירונג האָט באַדיײיט, אַז די רעגירונג װעט צו קיין פּאָגראָמען נישט דערלאָזן, אָבער עקאָנאָמישע רעפּרעסיעס אין באַצוג צו יידן, װעט זי שטיצן. די דאָזיקע פּאָליטישע פאָרמולירונג וועגן יידן, איז אריין אין דער געשיכטע, וי די , אַװושעםפּאָליטיק", אין יאָר 1994 האָבן די ענדעקעס באהערשט דעם לאָדזשער שטאָטראַט. אין שפּיץ פון דער ענדעקישער פראַקציע אין שטאַטראַט אין נעשטאַנען דער באַרימטער אַנטיסעמיט אַדוו. קאַזשימיעזש קאָװאַלסקי, דער שפּעטערדיקער פירער פון די ענדעקעס אין פּױלן. די ענדעקעס פּרובירן איינפירן דעם אַרישן פּאַראַנראף פאַר יידן אין שטאָטראַט, אָבער די רענירונג האָט פאַרנאַנדערנגעלאָזן דעם שטאַטראַט, אויס מורא, אַז דער ענדעקישער איינפלוס וועט זיך פאַרשטאַרקן אין לאָדזש, אין לאַנדדמאַסשטאַב, אין די הויך-שולן, האָט מען זיך באמיט איינצופירן , נעטאַ-בענק". מען איז באַפאַלן יירישע סטודענטן, און זיי געשלאָגן מיט שטעקנס. דאָ און דאָרט זענען פאַרגעקומען אַנטי-יירישע , עקסצעסן",

passage_164aa9122f84ffe6814428b0
Passage 2normalized OCR · source chars 1020-1917

די שולדיקע האָט מען נישט געקאָנט געפינען, אָדער (װוי אין פּשיטיק) מען האָט די יידן, וועלכע האָבן זיך פאַרטייריקט געזעצט אויף דער באשולדיקונגס-באַנק, צוזאמען סיט די אָנפאַלער,. די פּוילישע אַדװאָקאַטן האָבן אין לאָדזש דורכגע- פירט אַ פאַרנאַנדערטײלונג פון די געריכטסביוראָען, באַ- שטימט פאַר אַדװאָקאַטן, כדי זיך נישט צו מישן מיט יידישע אַדװאָקאַטן,. מיטן ציל אינגאַנצן אויסשליסן יידן פון אַדואָ- קאַטור, האָט דער סיים אָנגענומען אַ געזעץ, אַז דער יוסטיץ- מיניסטער האָט דאָס אויסשליסלעכע רעכט צוצולאָון צו אַדװאָקאַטור אַ באַשטימטע צאָל פון די, וועלכע האָבן ביינע- ליינט דעם עקזאמען אַלס אַדװאָקאַט. פאַרשטענדלעך, אז דער מיניסטער האָט אויסגענוצט דעם געזעץ און באַפוילן אריינ- צושרייבן נאָר פּוילישע קאַנדידאַטן, אפילו קיין איינציקער ייד איז נישט דערלאָזט געװאָרן. איך בין געווען איינער פון די יונגע יוריסטן, וועמענס יאָרן פון שטודירן און פון געריכטלעכע אַפּליקאַציע האָבן געדאַרפט גיין אין ניוועץ.

passage_eeb04cc6084f123b649af25c
Passage 3normalized OCR · source chars 1919-2840

די יידישע נעזעלשאַפט אין געװאָרן אַפּאַטיש. גרופּירונ- גען װוי די אנודה, פאָלקיסטן, רעװיזיאָניסטן, קאָמבאטאנטן און אַסימילאַטאָרן האָבן זיך באַמיט אָפּצושװאַכן דעם אַנטיסע- מיטישן קורס דורך מיטאַרבעטן מיט דער רעגירונג. פון דער צווייטער זייט, האָבן אַלץ מער און מער יידן געטראַכט פון עמיגראַציע. פּאָטענציעלע עמיגראַנטן האָבן באַזוכט די ביוראֶען פון , האַיאַס? און פּאַלעסטינע-אַמט, עס איז אָבער שווער צו קריגן א וויזע אין מעבר-לים לענ- דער. און די עמיגראַציע קיין פּאַלעסטינע איז באַגרענעצט פון אַ קװאָטע, באַשטימט דורך די ענגלענדער. כאראַקטעריסטיש איז דער אינצידענט, ועלכער האָט פּאַסירט נאָך אין יאָר 1954. א נרופּע פון ענטוזיאַסטישער יוגנט האָבן זיך באַמיט אריינצוקריגן קיין פּאַלעסטינע אויף אַן אומלענאַלן אופן. עטלעכע אַפעריסטן נוצן אויס דעם ענ- טוזיאַזם און עצה'נען, מען זאָל זיך לאָזן קיין פּאַלעסטינע אויף אַ שיף. די שיף ;װאַנדאַ" האָט זיך ארויסגעויזן, איז גאָר א חורבה. אַלע פּאַסאַזשירן זענען געבליבן אויף דער

passage_0a9e966306300216bab05570
Passage 4normalized OCR · source chars 2842-3999

יבשה. די פּוילישע מאַכט-אָרגאַנען האָבן זיך קנאַפּ אָריענטירט אין דעם פּאָליטישן הינטערגרונט פון דער גאַנצער געשיכטע, און דעם פאַל באַהאַנדלט וי אַן איינפאַכע קרימינעלע אַפערע און האָט צוגעצוינן צו פאַראַנטװאָרטלעכקײט נישט נאָר די אַפעריסטן, נאָר אויך די נאיווע אָרגאַניזאַטאָרן. מיטן לויף פון דער צייט פאַרשאַרפט זיך אלץ מער דער אַנטיסעמיטישער דרוק, די פּוילישע רעגירונג נעמט פלירטעווען מיט היטלער-דייטשלאַנד. אין יאֶָר 1938 האָט פּוילן צונעהאָלפן דייטשלאַנד, ווען זי האָט פארנומען א טייל פון טשעכאָסלאָ- װאַקיע, װאָס האָט געהייסן; , זאַאָלזיע". אָבער שוין עטלעכע חדשים שפּעטער ווערט קלאָר, אז אויך פּוילן וועט זיין היטלערס קרבן. אין דער לעצטער מינוט באמיט זיך די פּוילישע רעגירונג צו זאַמלען ארום זיך די גאַנצע נעזעלשאַפט, אויך די יידן. זי נעמט זיך ווירקלעך גרייטן צו א מלחמה, מען בויט לופט- אֶנגריף באַהעלטענישן, און קלייבן געשאַנקען פאַרן לופט-פלאָט, יידן נעמען אין דער אַרבעט אַן אַקטיון אָנטייל, ארויסווייזנ- דיק זייער פּאַטריאָטיזם. אָבער עס איז שוין צו שפּעט. , מיר זענען פאַראייניקט, שטאַרק און גרייט", -- האָבן פארזיכערט די פּלאַקאַטן, וועלכע די רענגירונג האָט געלאָזן אױסקלעפּן איבער די נאַסן פון שטאָט און שטעטל. מען האָט זיך אליין אָפּגענאַרט,

passage_738bd56ccd43a97df64b3933
Passage 5normalized OCR · source chars 4001-4882

פּוילן איז געווען שוואך, און אינערלעך צעריסן, דעם ערשטן סעפּטעמבער פון יאָר 1989, האָט סיך אויפנעוועקט, וי אַלֶע אַנדערע לאָדזשער, דער רוף פון די סירענעס, וועלכע האָבן געװאָרנט קעגן אַ לופטאָנגריף. מיר ווייסן שוין, אַן עס איז מלחמה, אָבער מיר פילן עס נאָך נישט. וי תמיד, גיי איך אין געריכט אריין, װוּ עס דאַרף פאָר- קומען א משפּט. ער הויבט זיך אָן נאָרמאַל, אָבער נאָך עטלעכע מינוט זאָגן די סירענעס אָן א לופטאָנגריף. דער ריכטער רייסט איבער די פאַרהאַנדלונגען, און אַלע נייען אריין אין דער באַהעלטעניש. נאָך א געוויסער צייט סיגנאַליזירן די סירענעס, אַז קיין לופט-אָנגריף װועט נישט זיין. דער משפּט הויבט זיך ווידער אָן. און ווידער ווערט ער נאָך א וויילע איבערגעריסן. אזוי כסדר. צומאָרגנס האָט דאָס געריכט אויפנעהערט צו פונקציאָ- נירן. דעם דרדיטן פעפּטעמבער טרעטן צו צום קריג ענגלאַנד און פראַנקרייך. קורץ האָט געדויערט די פרייד און די האָפע- נונג אויף אַ שנעלער הילף. אַנטוישונג.

passage_beb923e6dfa4ceab8cb304d0
Passage 6normalized OCR · source chars 4884-5545

דעם 8טן סעפּטעמבער -- דער באַרימטער רוף פון פּולקאָװניק אומיאַסטאָװוסקי, אַז אַלע מענער, וועלכע זענען פעאיק צו טראָנן נגעװער, זאָלן זיך לאָזן קיין װאַרשע. אינדערפרי פארלאָז איך לאָדזש, וי טויזנטער אַנדערע. די וועגן זענען פארלייגט מיט מענטשן און וועגענער. נאָך אַ קור" צער צייט באַווייזן זיך דייטשע עראָפּלאַנען. זי לאָזן זיך אראָפּ נידעריק און באַשיסן די מאַרשירנדיקע. באַװעגן זיך בײיטאָג, ווערט אוממעגלעך. באַהאַלטן מיר זיך בייטאָג, און מאַרשירן ביינאַכט. קיין ווארשע זענען מיר נישט דערגאַנגען, אין פּרוש- קאָוו האָבן אונדז איבערגעיאָגט דייטשע טאַנקן. קערן מיר זיך צוריק קיין לאָדזש, און גנבענען זיך אריין אין שטאָט. דאָ באַלעבאַטעװען שוין די דייטשן. די ערשטע

passage_d22ce7948514ced68804b2ca