Original scan
Original memorial-book scan 68
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1062

64 ש. ראָנאָזשינסקי : לאָדזש --- וי איך געדענק עס אַנטידיידישע פאראָרדנונג; אַ פאַרבאָט צו גיין איבער פּיעטר- קאָווער גאָס. איך וװווין אויף פּיעטרקאָװער נאַס, פאַקטיש הייסט עס -- איך בין אַן אַרעסטאַנט אין מיין איינענער וווינונג. דאָס לעבן ווערט אומדערטרענלעך. כ'טראכט, װאָס אָנ- צוהויבן טאָן. פאַר זיך זע איך הוננער, נויט. אָבער אַ דעציזיע איז שווער אָנצונעמען. אין א געוויסן טאָג האָט מען דעצידירט פאַר מיר. אין מיין װווינונג באַווייזט זיך דער סעקרעטאַר פון דער ציוניסטישער אָרנאַניזאַציע אשר שאַפּיראָ, און אינפאָר- מירט מיר, אַז צומאָרגנס דאַרף איך זיך מעלדן ביי דער ,געסטאַפּאָ?, אויף אַנשטאַדט גאַס, צונעבנדיק, אַז ער מעלרעט עס מיר לויטן באַפע?, וועלכן ער האָט געקראָנן פון דער געסטאַפּאָ. דערביי האָט ער צוגענעבן, אַז ער פּערזענלעך, װועט זיך נישט צושטעלן, און דאָס זעלבע ראָט ער אַנדערע צו טאָן. דעם צווייטן טאָג, האָב איך פאַרלאָזן לאָדוש, מיט אַ קליינער װאַליזקע אין האַנט, אויפן וועג קיין ווארשע. איך על זיך אומקערן קיין לאָדזש און איבער פינף יאָר ארום -- אָבער דאָס וועט שוין זיין אַן אַנדער לאָרזש -- א נישט-יירישע לאָדזש, ייריש -- מ. אייזענבור.

passage_6ef8deb01e4d8dc617dce1d7