Original scan
Original memorial-book scan 72
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-764

הרב ד"ר י. ראפּאַפּאָרט -- א נשמה"ליכט פארן צװוייטן יידישן נימנאַזיום אין לאָרזש ערשטע שורה טונטן (פון רעכטס צו לינטס): גאַרקטָװי, ש. פרענקל, נאַשעלסקי, בזשאָו, צװײטע שורה: ראַפּאַפּאָרט, דִיקער, האָלענדערסטי, זאַקס, דײר נתן עק, ר. אַגאַכאָװיטש, קאַלמאַן, רײן, ראָזענבױים, דריטע שורה: גאָדעלמאַן לעוין, פריימאַן,. לעבער, קאָן פּלאַטאַ, געטגעלד; פערטע שורה: נײמאַן, פרענקל, מארגעגשטערן אויבערשטע שורה: קלין, בוגין, שהר. פרוי ד"ר ריגער --- די פרוי פון הער שאול רינער, דירעק- טאָר פון דעם גימנאַזיום --- וועלכע האָט מיט אונדז געלערנט מאַטעמאַטיק ? װוּ איז דער גרויסער געלערנטער ד"ר פיליפ פרידמאַן -- אונדזער לערער פון געשיכטע ? װוּ זענען היינט די לערערינס, וועמענס נעמען איך נעדענק מער נישט, װאָס האָבן מיט אונדז געלערנט פּוילישע ליטעראַטור און דייטשע יטעראַטור ?

passage_bcf077720671be4cc0a9b2ab
Passage 2normalized OCR · source chars 766-1910

מיט ד"ר פרייליך האָב איך אויך אַמאָל געהאַט אַ נישט- אָנגענעמען אינצידענט אין דער שולע, אויפן געביט פון דעם גייסטיק-אינטעלעקטועלן צוגאַנג צום לעבן. צװוישן אונדזערע חברים זענען געווען אויך אַזעלכע װאָס האָבן אַרױסגעויזן פּאָליטיש לינקע נייגונגען. כאָטש זיי זענען געקומען פון רייכערע משפּחות, האָבן זיי זיך פאַרבונדן מיט ראַדיקאַלע יוגנט-באַוועגונגען,. איינער פון אט די חברים, מיטן נאָמע גוטגעלד, האָט געטראָגן דאָס זעקס-קאַנטיקע היטל וען ער איז געווען אין גימנאַזיום. אין זיין טאַטע-מאַמע'ס היים האָט ער געטראָגן אַ יידיש היטעלע, וייל דער טאַטע אין געווען אַ חשובכער אַלעקסאַנדער חסיד, און דער זון זיינער פלעגט מיט אים מיטניין אין דעם אַלעקסאַנדער שטיב?, װוּ זיי האָכבן געדאַװנט. אָבער אין דער שולע האָט דער חבר מיינער זיך אַרומגעטראָגן מיט די שריפטן פון דעם דייטש קאַוטסקי און דעם פראַנצויז סאָרעל. אזוי וי אויך איך האָבן געשטאַמט פון א חסידישער משפּחה, האָט גוטגעלר געפילט אַ ספּעציעלע נאָענטקייט צו מיר, און זיין פריינדשאפט האָט זיך אויסנעדריקט אין זיין גרייטקייט מיר אוױיסצובאָרגן פּוילישע איבערזעצוננען פון די אויבן-דערמאַנטע ראַדיקאַלן. די ביכלעך זענען געויינלעך געווען געבונדן אין רויטע טעוועלעך, און מען האָט זיי דער- קענט פון אַ מייל.

passage_0bbba43f9b1964d9fa8fbf8e
Passage 3normalized OCR · source chars 1912-2299

איין מאָל זענען מיר נעווען פאַרנומען מיט שרייבן אַ איבערזעצונג פון אַ שטיק פון דער , עניידע" פון דעם רוי- מישן דיכטער ווירניליוּש. האָב איך אויך געשריבן, איבער- זעצנדיק פון לאַטין אויף פּויליש, און לייכט אין עס נישט געווען. לאַטיינישע פּראָזע איז שווער גענוג, און נאָך שווע- רער איז געווען לאטיינישע פּאָעזיע. און אַזױי וי אונדזער לאַטיין-לערער, ד"ר פרייליך, איז געווען אַן ערלעכער לערער

passage_2d24a158ea7346a995ff8c4f