Original scan
Original memorial-book scan 73
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-679

ײידיש לאָדוש 69 דירירדרידירררדירירררדירדירירדרדירדירררררירדרילירררדרררריררירדרדרירירדקרדירדררידירריריאר יאליע :ק:5545:5:5554:5:525::::::2:5::5:5::45,,, = ליידרררדרדרדרדידרירלררלדירררררררררדריר קייל עידייא :1:5:5:4:2:5:55:5א עעענעג א , --- און וועלכער יידישער לערער אין נישט קיין ערלעכער לערער און אויך אַ שטרענגער לערער ! -- האָט ער געװאָלט פאַרזיכערן אַז די שילער זאָלן חלילה וחס נישט , שווינדלען" אַ ביסל -- און וועלכער שילער ווי? נישט אַ ביס? , שווינד- לען" און באַקומען אַ בעסערן , סטאָפּיען" ! --- האָט ער אויף אונדן אַלעמען שטאַרק אַכטונג געגעבן אַן מיר זאָלן נישט אָפּקאָפּירן איינער פונעם אַנדערן, אָדער אפשר אָפּקאָפּירן פון אַ פאַרעפנטלעכטע איבערזעצונג פון וירגילינש.

passage_0fc315584fd48f53443a66ca
Passage 2normalized OCR · source chars 681-1647

ד"ר פרייליך האָט זיך נישט באַנוגנט מיט סתם קוקן אויף אונדז פון זיין קאַטעדרע. ער איז אַרומגעגאַנגען פון איין זייס קלאָס ביז צו דער אַנדערער זייט, די גאַנצע צייט, און אויף אונדז נעקוסט מיט זיבן אויגן. און פּלוצלונג האָט ער באַמערקט וי מיין טעקע איז געווען אָפן, און פון איר האָט אַרױסגעשטאַרט אַ ביכל מיט רויטע דעקלעך. דער אמת איז אַז דאָס ביכל איז נישט געווען פון קאַוטסקי און נישט פון סאָרעל און נישט קיין שום אַנדערע קאָמוניסטישע פּובליקאַציע. אָבער ער האָט געמיינט אַז דאָס רויטע ביכל אין מיין טעקע איז יאָ געווען א טריף-פּסולע זאַך, און ער האָט מיך חושר געווען, אַז איך בין געפאַלן אונטער דער השפּעה פון מיין חבר גוטגעלד --- אין דער היים אַן אַלעקסאַנדער חסיד און אין דרויסן אַ ראַדיקאַלער -- און דער ד"ר פרייליך איז מיך באַפּאַלן מיט אַזאַ שוװוערע תוכחה אַז נישט נאָר איך בין פון איר רויט געװאָרן, נאָר ער אַליין איז רויט געװאָרן און די אָדערן האָבן זיך ביי אים צעבלאָזן, אַזױ ווי ער װאָלט פון זינען אַראָפּ, אַן אייניק? פון א רבין זאָל וערן אַ לינקער, היתכן? |

passage_93bdaaf973ed3363d34b3386
Passage 3normalized OCR · source chars 1649-2376

מיין פאַרזיכערונג אַז די פּובליקאציע אין נישט געוען קיין קאָמוניסטישע האָט אים נישט באַרואיקט, וױייל מיין פריינדשאפט מיט גוטנעלדן איזן געווען נענוג אַז איך זאָל האָבן געצויגן א טיפן חשד אויף זיך. איך האָב זייט דע- מאָלט קיין רויט-געבונדענע ביכלעך אין מיין טעקע נישט געטראָנן. צּ ד"ר פרייליך איז געוהען פון נאַליציע. אַזױי זענען אויך געווען די אַנדערע לערער, סיי פון אונדזער גימנאַזיע און סיי פון דער צווייטער נימנאַזיע, און אויך פון דער דריטער גנימ" נאַזיע (מיט ר"ר בראַנדשטעטער אַלס דירעקטאָר) פאַר די מיידלעך אונדזערע. אין יענע צייטן אין געווען אַ סך לייכ- טער פאַר מענטשן פון נאַליציע צו שטודירן אויף די אוני- ווערסיטעטן פון ווין און פון בערלין, און אַזױ אַרום זיך צוגרייטן צו ווערן פּראָפּעסאָרן אין די יידישע גימנאַזיעס.

passage_f34ece80d0b9143f32be431a
Passage 4normalized OCR · source chars 2378-3225

בכל? אין יענע צייטן -- נישט מער וי אַ צען אָדער צוועלף יאָר נאָך דער באַפרייאונג פון פּױלן אַלס אַן אומאָפּי הענגיקע מדינה --- איז אַ גאָר גרויסער טייל פון דער יידי- שער אינטעלינענץ געווען פון נאַליציאַנער אָפּשטאַמונג. ד"ר בראודע --- איידער ער האָט נענגרינדעט די יידישע גימנאַזיעס אין לאָרזש --- האָט נגעאַרבעט אין גאַליציע אַלס ראַבינער. אזוי אויך פּראָפּעסאָר שאָר -- דער גרויסער יידישער פירער פונעם מאָדערנעם יידנטום אין װאַרשע. אין קראָקע איז געווען דער באַקאַנטער ראַבינער ד"ר יהושע טאָן. אין לעמבערג איז געווען ראַבינער ד"ר פרוינד. אין שטאָקהאָלם איז געווען ראַבינער ד"ר עהרענפּריין. ‏ אין יאַהאַנעסבורג איז געווען ראַבינער ד"ר לאַנדאַו. אַלע זענען זיי געווען גרויסע פּערזענלעכקייטן, און אומעטום האָבן אָט די גאַלֿי- ציאַנער באַאיינפלוסט די אַנטװיקלונג פון אַ נייעם יירישן גייסט, וועלפּער האָט געשטרעבט צו אַ נאַציאָנאַליידישער אויפלעבונג,

passage_6e4d02f0f7a594f255b544c9
Passage 5normalized OCR · source chars 3227-4191

אין דער דאָזיקער ריכטונג זענען אויך געגאַנגען ד"ר בראַודע'ס גימנאַזיעס, און גאָר אַ סך פון אונדזערע חברים האָבן באַשלאָסן צו פאָרן קיין ארץ-ישרא? און דאָרט צו ווערן חלוצים און קיבוצניקעס. דאָס יירישע לעבן אין לאָדזש האָט זיך געהאַיז זיינע מעלות, אָבער קיין חסרונות האָבן אויך נישט געפעלט. און די חסרונות זענען געווען גאָר שווערע. אַסימילירן האָט זיך דער ייד נישט געװאָלט. אָבער די באַדינגונגען האָבן אױטאָמאַטיש אויפגעצווונגען אזא מין אַסימילאַציע. ווען מען האָט זיך אַ טראַכט געטאָן אַן אויםן װאַרשעװער אוניווערסיטעט -- אויב מען װעט דיך שוין יאָ דאָרט אָננעמען נאָך דיין מאַטורע -- װעט מען דאַרפן ממש זיין צוגעגריים צו קעמפן קעגן די ענדעקישע סטודענטן -- איז דאָס נישט געווען קיין קװאַ? װאָס זאָל דעם פּשוטן ייך צונעבן דערמוטיקונג צו בלייבן אַ ייד, די לעבנסבאַדינגונגען זענען גענוג שווער, אַפילו ווען מען דאַרף נישט קעמפן קעגן די רשעותדיקע ענדעקעס, טאָ פאַרװאָס זאָל מען זיך אַליין מאַכן נאָך מער יידיש װאָס ליינט אַרױף נאָך מער שוערי- קייטן אויף דיין עקזיסטענץ ?

passage_2a9d060e730f0722ec037916
Passage 6normalized OCR · source chars 4193-4861

ביי אונדז אין דער שולע זענען די תלמידים געװען מייסטנס פון פאַרמעגלעכע היימען. דער שכר-לימוד אין גע- ווען אַ גאַנץ טייערער. די תרבות נימנאַזיעס זענען געווען אַ סך ביליקער. אָבער בראודע'ס גימנאַזיעס האָבן געקאָסט טייער, און זיי האָבן אויך געהאַט אַ הויכן פּרעסטיוש. די פולע בייטלעך מיט עסנװאַרג װאָס די שילער האָבן מיט זיך מיטגעבראַכט אויף סיטאָג האָבן אויך באַויזן אַן פֿאַרמעג- לעכע מוטערס האָבן אַזעלכע בייטלעך איינגעפּאַקט. און וען מען האָט געהאַט אַ נעלעגנהייט -- אַזוי וי איך האָב נע- האָט -- צו באַזוכן די שטובן פון אונדזערע חברים, האָט מען דאָרט אויך נעזען א רחבות, מיט שיינע מעב? און מיט גרוי- סע צימערן, און מיט קרישטאַלענע שאַנדאליערס, און מיט פאַרטעפּיאַנען.

passage_59d7d31a7ca4b2ee38af6c22
Passage 7normalized OCR · source chars 4863-5754

איינעם אַזאַ חבר בין איך ביזן היינטיקן טאָג דאַנקבאַר, ווייל? ווען איך בין צו אים געקומען כדי מאַכן צוזאַמען די לעקציעס, האָט ער פאַר מיר געשפּילט פאַרשידענע חזנישע פּליסן אויף זיין גראַמאָפאָן, מיט דער צייט האָב איך זיך אויסגעלערנט צו זינגען דעם באַקאַנטן ,רחםינאָ ד' אלוקינו" פון דעם בארימטן חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט. ווער געדענקט היינט נישט חזן ראָזענבלאַט'ס ,רחםנאָ"? אָבער אין די אַלֶע שווערע צייטן װאָס מיר יידן האָבן זייט דעמאָלט דורכ- געלעבט, האָב איך נישט איין מאָל געפונען אַן איבערמאָס פון גייסטיקער טרייסט ווען איך האָב זיך דעם {רחםנאָ" פון ראָזענבלאַטן אַליין צונעזונגען. אָט די תפילה האָט מיין חבר פריימאַן -- װאָס האָט געוווינט אויף דער פּיעטריקאָ- ווער נאָס --- פאַר מיר נעשפּילט ביז איך האָב זיך זי אוים- געלערנט. און נאָך היינט, ווען איך בין אַליין אין מיין צימער און איך הויב די אָן תפילה אַליין זינגען, דאַכט זיך סיר, אַז איך זינג זי נאָך בעסער וי יאָסעלע ראָזענבלאַט האָט

passage_b0b080dceac14b18170451c3