0 הרב ד"ר י. ראפּאָפּאָרט -- א נשמה-ליכט פארן צווייטן יידישן גימנאַזיום אין לאָדזש דאָס געטאָן -- און מיין גייסטיקע טרייסט אין נאָך טיפער און װאַרעמער, װוגּ דו געפינסט זיך היינט, מיין טייערער שול- חבר, פריימאַן, געדענק איך דיך מיט אומענדלעכער דאַנק- בארקייט. עס איז מיר נאָר אַ שאָד װאָס אין יענע צייטן האָבן מיר זיך נישט גערופן ביי די ערשטע נעמען, אַזױ אַז נאָר דיין משפּחה-נאָמען איז מיר באַקאַנט. איך גלויב אָבער אַז סיי דער רבונודשל-עולם -- וועלכער האָט שוין אַזױ פיל מאָל מיך געהערט זיננען דעם ,רחם-נאָ ד' אלוקינו" --- און סיי יאָסעלע ראָזענבלאַט --- וועלכער האָט דאָך געגעבן אונדזער דור אַזויפיל גייסטיק-זינגערישן תענוג -- ווייסן וועמען איך האָב אין געדאַנק, ווען איך דערמאָן זיך אין דיר. צּ דער אמת איז אָבער אַן נישט אַלע יידן אין לאָדזש האָבן געװווינט אין אַזעלכע רייכע דירות, מיט טייערע טעפּײ כער, און מיט נישט-יירישע דינסטן װאָס האָבן געפּוצט די שטובן און געקאַכט דאָס עסן, און צונעהאָלפן די יירישע פרויען.
נישט איין מאָל איזן מיר אויסנעקומען צוצופאָרן אויפן באַלוט און זיך צוזען צו דער יידישער אָרעמקייט. די היל- צערנע הייזקעלעך דאָרט זענען געשטאַנען ממש נידעריקער װי די נאָס, און די דעכער האָבן דעם שניי נישט געקענט אונטערהאַלטן, און ס'האָט אַריינגערעגנט אין די קליינע צי- מערלעך, און די שויבן פון די פענצטער זענען געװען פֵאַר- דעקט מיט טאָװל אָדער פּאַק-פּאַפּיר, וויי? דאָס גלאָז איז פון זיי געווען אַרױסגעפאַלן. און דאָך האָבן די יידן דאָרט גע- מוזט לעבן, און האָפן, און די קייט וייטער ציען.
אָבער כדי צו זען די אָרעמקייט האָט מען נישט געדאַרפט צוצוגיין ביז צום באַלוט. איך האָב געװווינט אויף דער צע- געלניאַנע, אויבן, נישט וייט פון אַנשטאַטאַ גאַס, כדי איך זאָל זיין נאָענט צו דער מאַניסטראַצקע. די משפּחה מיינע איז נאָך אַלץ געווען ברוגז אויף מיר, דאָך פון צייט צו צייט בין איך צו זיי צוגעגאַנגען, און ספּעציעל צו מיין מומע עטל, די יונגערע שוועסטער פון מיין פאָטער הי"ד, אַ טייערע פרוי אין מיין מומע עטל געוען, אַ טאָכטער פון ר' ישכר דוב דעם ראַדאָשיצער רבין, און זי האָט חתונה געהאט מיט אַ מאַן, װאָס איז געווען אַ גערער חסיד. זייער באַשעפטיקונג אין געווען -- אַן עסנװאַרג געשעפט אויף דער וװסכאָדניע גאַס, נישט וייט פונעם ראָג פון דער דזשעלנע -- אָדער נאַרוטאַװיטשאַ, װי די גאָס האָט שפּעטער געהייסן. די אָרעמ- קייט האָט ממש נעריסן די אויגן.
האָבן זיך יידן באַמיט די אָרעמקייט צו לינדערן. עס איז שיין געווען צו זען וי אַזױ יעדן פרייטיק פאַרמיטאָג זענען עטלעכע יידן געגאַנגען אויף די גרויסע הייף, װוּ יידן האָבן געװווינט, און זיי האָבן צזאַמענגענומען חלות פון פאַרשידענע משפּחות, איין חלה פון דער משפּחה און נאָך אַ חלה פון אַן אַנדער משפּחה, און ווען דער קיש אין וועלכן זיי האָבן געטראָגן די חלות האָט זיך אָנגעפילט, האָבנן זיי אים אַװעקגעטראָגן אין דעם , מושב זקנים" הויז װאָס איז נגעשטאַנען אויף דער פּאָמאָרסקע גאָס, נעבן יאַראָ- טשינסקי'ס פאַך-שולע. איך האָב דאָס געזען און האָב עס באַװונדערט, אַזױ איז דאָס געווען פרייטיק נאָך פרייטיק, און די עלטעדע יידן און יידענעס אינעם לאָרזשער , מושב זקנים" האָבן געהאָט א שטיקל פרישע חלה אויף שבת.
אַנדערע יידן האָבן צוזאַמענגענומען פיש פאַר די עלטע- רע מענטשן, וועלכע די האַרציקע יידישע פרויען פון יענע צייטן האָבן אַריינגעלײיגט אין סלאִָיען און גלעזלעך, צוזאַמען מיט אַ ביסל?ל פישיוך. אויך האָט מען צוזאַמענגענומען אַ האלב עוף פון איין פרוי און אַ פערט? עוף פון א צוייטער, כדי מען זאָל קענען די עלטערע מענטשן, װי אויך אַ סך אָרעמע לייט, עפּעס צוברענגען אוה שבת. מעגלעך אַז דער אויבערשטער האָט געװאָלט אַז אַזא און אַזאַ ייד זאָל נישט זיין קיין גרויסער עושר. אָבער דער ייד מיט אַ שטיקל תורה אין זיין האַרץ האָט געזאָגט, אַז ער װועט גיין קעגן דעם רצון פון רבונודש?-עולם, אויב ער װועט נאָר קאָנען זיין מיט-ייר אַרויסהעלפן. און איך האָב דאָס אַלְץ געזען, ווייל די באָבע אונדזערע --- די אלמנה פון דעם ראַדאָשיצער זיידן -- האָט געװווינט אויף דער פּאָמאָרסקע, פּונקט קעגנאיבער יאַראָטשינסקי'ס פאַך-שולע, און ווען איך בין געקומען פאַרברענגען דעם שבת ביי דער באָבען, האָב איך געזען וי די יידן האָבן געטראָגן זייערע אָנגעפילטע קוישן מיט חלות אינעם , מושב זקנים" אַריין וועלכער איז נגעווען נעבן דער , פּשעמיסלוווקע" (פאַך- שולע).
דאָס זעלבע איז אויך געווען מיט דעם ;לינת הצרק" אויף דער צענעלניאַנע. אַ גרויסער מגן-דוד איז געווען אויס- געמאָלן אויף ביידע זייטן פון דעם מאָטאָר-אַמבלאַנס, וועל- כער האָט געבראַכט מעדיצינישע הילף פאַר דעם יידישן קראַנקן,. אין סאַמע מיטן פון אַזויפיל? יידישער הילפסלאָזי- קייט, װאָס אַ שלעכטע וועלט האָט אויף אונדזער פאָלק אַרױם- געצוווּנגען, איז דער לאָדזשער ישוב -- און נישט נאָר דער לאָדזשער ישוב -- געוען אָרגאַניזירט צו טראָנגן הילף וו מען האָט זי געדאַרפט האָבן. צִ
אויב מען האָט מיטגעמאַכט אַלע אויסדרוקן פונעם מאָדערנעם לעבן, איז דאָך געווען דאָס באַװוּסטזיין אַז מען מוז געבן דעם ייד אַ מענלעכקייט צו לעבן אַן אייגן לעבן, אַ יידיש לעבן, אויך ווען עס האָט זיך נישט הונדערטפּראָ- צענטיק אידענטיפיצירט מיטן טראַדיציאָנעל-רעליניעזן לעבנס- שטייגער. אין אַ סך נאַסן, אינעם יידישן טיי? פון דער שטאָט, איז געווען אַ שול אָדער א בית:המדרש אָדער אַ חסידים- שטיב? אָדער סתם א פמנין וו יידן האָבן זיך אָפט גע- טראָפן דריי מאָל אַ טאָג, אַזױי וי דער יידישער שטיינער איז אַלע מאָל געווען. יידן האָבן רעמאָלט נאָך נגעהאַט אַ סך רעליגיעזן גלויבן, און דער דאָזיקער גלויבן האָט זיי געגעבן דעם העכסטן כוח אויסצוהאלטן די פאַרשידענע ביטערע דיס- קרימינאַציעס װאָס דאָס פאלק האָט נעמוזט ליידן. עס איז נישט לייכט צו בויגן דעם רוקן נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל, און דער רוקן זאָל זיך נישט איינברעכן. עס איז אויך נישט לייכט צו הערן װי די נישט-יידישע וועלםט באַליידיקט דיך און אונטערדריקט דיך און מאַכט פּאָנראָמען אויף דיר, און דו ווייסט נישט װאָס דער פאָרנן װועט מיט זיך ברענגען. האָסטו אַ רעליניעון גלויבן, אָבער, אין די וועלט ביי דיר גרעסער