יידיש לאָדוש 71 יי ייי יייי, ילליעל עי רישע ליה לעיד דדלא עד יט עג טייק יי :יי :ייא טג וי דער שונא ויל זי פאַר דיר פאַרקלענערן. און אַזױ וי דער אַלטער מנשה האָט אַמאָל געזאָגט צו זיין ווייב? זלאַטע: אַי, עס אין נישטאָ אויף היינט, און עס אין נישטאָ אויף פאָרגן, האָבן מיר אַ גרויסן גאָט, און ער װעט שוין זאָרגן. אָבער נאָר יחידי סנולה קאָנען פאַרשטיין די גרויסקייט פון ניין אין אַ מקום קדוש אַריין דריי מאָל אין טאָג, און וי נישט איז אויסאַרבעטן אויף פּרנסה אין די פאַרבליבענע שעהן פונעם טאָג. דער פּשוטער מענטש פוז זיך באַנוגענען מיט אַן אַנדער סדרנה. פאַר אַזאַ מענטש אין א יידישע צייטונג, מיט אַ ראָמאַן אין טעגלעכע אָפַּשניטן, און מיט אַ פרייטיקדיקע ליטערארישע בילאַנע, אויך א מעטאָדע פון אויסלעבן זיך גייסטיק. צּ
ווען איך בין אָנגעקומען אין דער גימנאַזיע, האָב איך געבעטן דעם קלאַסן-דערציער אַן ער זאָל מיך אַװעקזעצן ביי אַ גוטן שילער וועלכער האָט זיך אויך געפירט יידישלעך. האָט מיך דער קלאַסן-דערציער אַועקגעזעצט ביי א תלמיר מיטן נאָמען שמוא? דיקער. זענען מיר געזעסן איינער נעבן דעם אַנדערן ביז מיר האָבן באַקומען די מאַטורע, און אין צווישן זענען מיר געװאָרן פּערזענלעכע פריינד. מיר האָבן באַזוכט איינער דעם אַנדערן, און מיר זענען אַרױסגעגאַנגען צוזאַמען, און מיר האָבן גענעסן איינער ביים טיש פונעם אַנדערן. מיט דער צייט האָבן מיר פאַרענדיקט אונדזערע אוני- ווערסיטעטן -- איך האָב געלערנט סעמיטישע שפּראַכן, און שמואל? דיקער איז נעפאָרן קיין אויסלאַנד, װוּ ער האָט אויס- שטודירט אַלס אַ דאָקטאָר. יאָרן שפּעטער, ווען איך בין גע- ווען אין ישרא?, האָב איך געהערט אַז מיין שול-פריינד שמואל דיקער איןז געווען אַ דאָקטאָר אין ת?-אביב אַ לאַנגע צייט, אָבער אַן אומהײילבאַרע קראַנקהייט האָט ביי אים דאָס לעבן צוגערויבט. איך האָב דעמאָלט באַזוכט דעם פאָטער פון מיין פריינד, וועלכער האָט מיך געדענקט פון די יאָרן אין לאָרזש, װוּ ער אַליין האָט געשפּילט אַ חשובע ראָל נישט נאָר אַלס א פארמענלעכער פאַבריקאַנט, נאָר אויך אַלס אַ חסידישער ייר, וועלכער האָט געדאַװונט אין אַ רבי"ש שטיבל.
צוויי שורות אַװעק פון אונדזער באַנק איז געזעסן אַ תלמיד וועלכער האָט גערעדט אַ גוטן פּוױליש, שוין נאָר אָן אַן אַקצענט, און אין דער אַלגעמיינער וועלט װאָלט מען אים נישט באַטראַכט אַלס אַ ייד. זיין נאָמען אין געווען שמואל האָלענדערסקי --- אַ זון פון דעם באַקאַנטן הער האָלענדערסקי וועלכער איז נעווען א מיטנליד פונעם לאָדזשער שטאָט-ראַט אַלס אַ פאָרשטייער פון די לינקע פּועלי-ציון. אויך דער דאָ- זיקער תלמיד איז געווען מיט מיר באפריינדעם אויף דער באַנק פון דער שולע. איך האָב געהערט אַז ער האָט אויך שטודירט מעדיצין, און בשעת דער תקופה פון די דייטשע קאָנצענטראַציע-לאַנערן אין פּױלן אין ער אומגעקומען אין דעם ביאליסטאָקער געטאָ.
נאָך איין חבר געדענק איך פון לאָדזש. יודקין האָט ער געהייסן, און ער האָט געלערנט אין איבנה" גימנאזיום, מיט וועלכן עס האָבן אָנגעפירט די נאַציאָנאַל-רעליגיעזע יידן פון דער מזרח-אָרנאַניזאַציע; איך געדענק אים מיט אַ סך פריינדשאַפט, וויי? ער האָט מיך מקרב געװען, און כאָטש איך בין נישט געווען אין ,יבנה", האָט ער מיך אַריינגעצויגן אין , השומר הדתי" און איך האָב דאָרט אָנגעפירט מיט אַ גרופּע יוגנטלעכע, וועלכע איך האָב געדאַרפט באַקענען מיט די נאַציאָנאַלדרעליניעזע שריפטן פונעם נאָר פריצייטיק פאַר- שטאָרבענעם שמואל? חיים לאַנדאָו, דער גרינדער און אידעאָ- פאָג פון , השוסר הריתי"
דאָס ערשטע מאָל װאָס איך האָב זיך באַנעגנט מיט יודקינען איז געווען ווען איך האָב געדאַװנט שבת אין דער פרי אינעם שטיב? פון אונדזער ראַדאָשיצער זיידן, ז"?. צו- זאמען מיט זיין פאָטער, וועלכער האָט געװווינט אויף דער פּאַמאָרסקע, קעננאיבער, כאָטש אַ ביס? אַראָפּ צו דער פיעט- ריקאָווער צו, איז יודקין דאָרט געקומען דאוענען, אַזױ אַז אינעם שטיב? זענען איצט נעווען צוויי גימנאזיע-שילער -- איך אין מיין זעקס-קאַנטיק היטל?ל װאָס האָט געהאַט אַ זשע- טאָן מיט אַן עץ-הדעת אַלס דער סימבאָ?ל פון דער בראודע- גימנאַזיע, און ער --- יודקין --- מיטן רונדן היט? װאָס האָט געהאַט אַ זשעטאָן מיט די צויי לוחות אַלס דער סימבאָל פון , יבנה", די רעליגיעזע גימנאַזיע.
האָבן מיר ביידע געדאַװנט אינעם ראַדאָשיצער שטיבל אויף דער פּאָמאָרסקע, אָבער אונדזערע געדאַנקען זענען גע- ווען אין אַנדערע וועלטן. יודקין האָט געחלומט ועגן ארץ- ישראל, און איך -- ועגן אַ מאָדערנער ראַבינעריי. דערוייל אָבער האָבן מיר געװוּסט אַז דער באָדן אונטער אונדזערע פיס אין נישט קיין רואיקער. אַלע יידן האָבן דאָס געװוּסט -- און די טראַנעדיע איז געווען אַ שטילע ווייל קיינער האָט זיי נישט געקאַנט העלפן. פון פּוילן האָט מען אונדז געװאָלט אַרױסיאָנן, און קיין אַנדער לאַנד האָט אונדז נישט געװאָלט אַרײינלאָזן. צװישן הימל און ערד זענען מיר געהאָנגען.
געדענק איך וי אַזױ איין אַװנט האָט גאַנץ לאָרזש גע- קלונגען אַז זשאַבאָטינסקי וועט דעמאָלט האַלטן אַ רעדע אין דעם זאַל פון דער פילהאַרמאָניע, אויף דער דזשעלנע, װאָס האָט שוין דעמאָלט געהייסן נאַרוטאָװיטשאַ, אָבער אונדזערע יידן האָבן נאָך אַלץ גערופן די גאַס ,די דזשעלנאַ". נאָך מיט אַ דריי שעה פריער, פאַר דער פאַרזאַמלונג, האָט די גאַס גע- זשומעט מיט יידן װאָס האָבן געװאָלט גיין הערן דעם יידישן פאָלקס-טריבון -- און כאָטש מיר איז שפּעטער אויסגעקומען צו הערן אַנדערע גרויסע רעדנער און יידישע מנהינים, האַלט איך נאָך אַלץ אַז זשאַבאָטינסקי איז געווען דער גרעסטער צווישן זיי --- און צו מיין גליק איז מיר נעלונגען זיך אַרייג- צוכאַפּן אויף דער פאַרזאַמלונג. דער זאָל איז געווען איבער"- פולט מיט מענטשן; דער עולם אין נעשטאַנען אויף קעפֿ -- איך בין געזעסן אויף צויי פֹּאֶר אַקסלען און רי מענטשן האָבן זיך די גאַנצע צייט נישט גערירט פון אָרט, ווייל, פּשוט, עס איז קיין אָרט נישט געווען װוּ זיך צו רירן. און זשאַבאָ- טינסקי האָט צעפלאַקערט די פאַנטאַזיעס פון די פאַרזאַמלטע. אָט שוין-שוין װאָלט דאָס יירישע פאָלק געקענט אויסגעלייזט ווערן, אויב ענגלאַנד װאָלט געעפנט די טױערן פון אר'ךר ישראל. עס איז קיין פפק נישט אַז די מאַנדאַטאָרישע מאַכט