72 הרב ד"ר י. ראפּאַפּאָרט --- א נשמה"ליכט פארן צווייטן יידישן גימנאַזיום אין לאָדוש װאָלט זיך געקענט אַן עצה נעבן מיט עטלעכע טויזנט אַראַ- בער, וועלכע שטעלן זיך קעגן דעם רצון פון דער פעלקער- לינע. יירן מוזן האָבן אַ מעגלעכקייט צו עמיגרירן קיין פּאַ- לעסטינע, ווייל אַנדערש װועט מען זיי צערייבן אויף שטויב, אָבער די ענגלישע רענירונג איזן פאלש, און צען טויזנט מאָל פאַלש, צו אירע אינטערנאַציאַנאַלע פאַרפליכטוננען. ענגלאַנד גייט אַרוױס פון דער בלאָטע מיט איין פוס, און באַלד נייט זי אַריין אין דער בלאָטע מיטן צוייטן פוס -- און זשאבאָ- טינסקי שטייט אויף דער בינע און אילוסטרירט מיט זיינע הענט וי אַזױ ענגלאַנד קריכט אַרױיס פון דער בלאָטע מיט איין פוס, און באַלד קריכט זי אַריין אין דער בלאָטע מיטן צווייטן פוס,
וי לאַנג װעט די מאַנדאַטאָרישע מאַכט אַזױ אָנפירן און צעשטערן די גערעכטע האָפענונגען פון דעם פאַרפאָלגטן פאָלק ישראל? סיר מוזן האָבן אַ פרייע יידישע סדינה -- מיר וועלן האָבֿן אַ פרייע יידישע מדינה. און דער פילהאַרמאָניע- זאל האָט זיך צעהילכט מיט אַ פּאַטשערײ פון אַזאַ פאַרנעם אַז, איך מיין, קיין נרעסערע פּאַטשערײ פון ליבשאפט און דאַנקבאַרקײט איז נאָך קיינמאָל נישט געהערט געװאָרן און ווען משיח װועט אַמאָל קומען איז שווער זיך פאָרצושטעלן אַז ער װועט צעפלאַקערן אַ גרעסערע פרייד אין די פאַנטאַזיעס פון זיינע צוהערער אָדער נאָכפאָלגער. צומאָרגנס, ווען מיר האָבן געהאָט אַ לעקציע פון געזאַננ, האָבן מיר אַרײננגעלײנט אַ טאָפּלטע התלהבות אין אַזעלכע העברעאישע לידער וי , נמל נמלי" און , על שפת ים כנרת" און , בשוב ד' את שיבת ציון?", צּ ווען איך האָב דאָס לעצטע מאָל פאַרלאָזן לאָדזש, האָט זיך די באַן אָפּנעשטעלט אין קאֶלושקִי װוי געוויינטלעך, און דאָס האַרץ מיינס איז ביי מיר געווען אזוי װי א שװערער שטיין. באַלד װעל איך נאָך אַמאָל זיין מיט מיינע עלטערן -- אַ פריילעכער געפי?ל -- און מיט דריי חדשים שפּעטער װועל איך אַרינטרעטן אויפן אוניווערסיטעט -- אויך אַן אָנ- גענעמער געפי?. אָבער ואָס ועט זיין מיט לאָדזש? וװעל איך נאָך אַמאָל קענען הערן מיין פעטער ר' יעקב וועלכער
האָט דעמאָלט אָנגעפירט מיטן מנין פון אונדזער ראָדאָש- צער זיידן זצ"ל, און די באָבע אונדזערע האָט נעהאַָט גרויס נחת ווען זי האָט אים געהערט דאַװענען מוסף יעדן שבת און פאַרענדיקן מיט זינגען דעם , אנעים זמירות" אזוי וי | אַ העלדישער מיטגליד פון דעם כאָר פון לויים אין פאַרצייטיקן בית-:המקדש האָט דאָס געקענט טאָן. איזן די באָבע דעמאָלט געשטאַנען אינעם עזרת - נשים, און זי האָט אוועקנערוקט דאָס פאָרהענגל א ביס? כדי צו זען פון דערווייטנס וי דער ארון- קודש איןז געווען אָפְן און דער זון אירער האָט געזוננען אַ לויב-געזאַנג צום רבונו-של-עולם, אזוי װוי קיין כמאַרעס װאָלטן זיך נאָך נישט באַוויזן אויפן יידישן האָריזאָנט. אָדער אפשר האָט אונדזער באָבע אין יענער צייט אויך געהאָט אויסגע- פילאָזאָפירט, אַז וװוען דו האָסט רעליגיעזע אמונה, אין די כמאַרע קיין כמאַרע נישט, וייל דיינע האָריזאָנטן זענען נאָר אַנדערע !
װאָס װועט זיין מיט דער שיינער און אַריסטאַקראַטישער שול אויף די אַלעע קאָשטשושקי װווּ דער ראַבינער ד"ר מרדכי בראודע האָט געפּרעדיקט און חזן אַלטערמאַן איז געווען דער שליח ציבור ? איך וייס נישט װי טיף די אמונה אונדזערע איז געווען אינעם פּראַקטישן לעבן פון די יידן, וועלכע האָבן זיך פאַרזאַמלט אין יענער , דייטשער" שול. אָבער וען איך בין דאָרט אַמאָל אריינגעקומען אין יום-טוב פון שבועות איז די שול געווען אזוי שיין אויסגעצירט מיט גאַנצע בלומען- הויפנס, אז אויב עס װאָלְט געווען אזא מצווה פון אויסצירן אַ שול מיט בלומען אויף שבועות װאָלטן אונדזער יידן נישט געקענט די מצווה מקיים זיין מיט אַ גרעסערער כוונה, האָט זיך די באַן אָפּנעשטעלט אין קאָלושקי און איך האָב ארויסגענומען א קליינע פאַטאָגראַפיע פון דעם גאַנצן קלאַס אונדזערן און אױיף איר לאַנג געקוקט. איך האָב זיך איבערנעחזרט די נעמען פון מיינע שולקאָלעגן און זיי אַלע פאַרשריבן אוֹיף דער אַנדערער זייט פון דער פאַטאָגראַפיע, וועלכע איך האָב אָפּגעהיטן דורך די אַלַע יאָרן, ביזן היינטיקן טאָג, שוין אזוי עטלעכע צװאַנציק יאָר, אין משך פון וועלכע איך האָב זיך געװאַלגערט אין פאַרשידענע גלותן. זאָל עס זיין דיין געטלעכער ווילן, הימלישער טאַטע, זיי אַלעמען צו געדענקען צוזאמען מיט אַלע אונזערע קדושים און גבורים ?