Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 78
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1041

74 מ. שלעויננער--די טעאטער סטודיע בײם ,הומיף" פירוננען וי , מז?-טוב", , דער נט" א"א -- האָבן מיר אויפ- געפירט מיט גרויס פּאָמפּע און אָנערקענונג דעם , אוצר" פון שלום-עליכם, רעזשי: י. מאַשקאָװיטש (שלאַגער פון אונדזער רעפּערטואַר, צענדליקער מאָל געשפּילט), מענדעלע מוכר ספרים: , מסעות בנימין השלישי", בייניש שטיינמאַן: ,ביים טויער",, ערווין שאָוס אַנטימיליטאריסטישער ספּעקטאַקל , באַנראָב די טויטע? און נאָך אַנדערע, זענען געווען טעאַטער- פאָרשטעלוננען פון גרויסער װאָג און באַדייטונג פון שטאַנד- פּונקט פון רעזשיפעריש-אינסצעניזאַטאָרישער אויספורעמונג. בעתן אויסברוך פון דער מלחמה איז די סטודיע גרייט געווען מיט א נייער אויפפירונג: מנחמס ;פּאַסטוך דוד. -- און מאַשקאָװיטש אין געוװוען אָננעלאָדן מיט וייטערדיקע שעפערישע פּלענער פאר זיין סטודיע, א היפּשן טייל פון פּרצ'ס דראַמאַטישע שאַפוננען האָבן מיר נעשטעלט וי למשל , פּאָליש אויף דער קייט" (מיט גרויס דערפאָלנ), , דער משונענער בטלן", , מקובלים", , דאָס קראַנקע יינגל", מאָביש,, ‏ דער שבתצוי", ,א בעס פון א יידענע, פראַנמענטן פון דער , נאָלדענער קייט" און אַנדערע קלענערע אינסצעניזירונגען.

passage_5691c4f2e7a2eae5b63f94a2
Passage 2normalized OCR · source chars 1043-1794

מיר האָבן אויך ביינעשטייערט מיט אונדזער אָנטייל פאר- שידענע נעזעלשאפטלעך - פּאָליטישע פאַראַנשטאַלטונגען מיט פראַנמענטן און רעציטאַציעס פון שלום-עליכם, פּרץ, אש א"א. דאָס אַלצדינג --- האָט געהאָט אריכת-ימים ביז צום אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, צּ און... איצטער אויפסניי אינטערעסאַנט -- נישט אָפּגערעדטערהייט -- האָבן זיך א גרויסער טייל מיטנלידער פון דער ,לאָדזשער יידישער טעאַטער-סטודיע" נעטראָפן אין ביאַליסטאָק און װוי גבית-עדות ניבן איבער -- האָבן זיי באַקומען אין ביאַליסטאָק א נעו. שול צו זייער דיספּאָזיציע (מיט זייערע פרויען און קינדער) און האָבן צו יענער צייט, אין אין יענע באדינגונגען , איינגע- שטעלט" זיך און אָנגעהויבן , לעבן" א נייע לעבן. זיי האָבן געמוזט שווער און ביטער אַרבעטן כדי דערהאלטן זייערע איינצלנע קינדער ביים לעבן.

passage_60600d2a81718efbfc1fabd1
Passage 3normalized OCR · source chars 1796-2729

אָבער אינעם זכות פונעם גוטן נאָמען פון דער , לאָדזשער יידישער טעאַטער-סטודיע? האָט דער דעמאַָלטיקער סאָוויעטי- שער קאָמיסאַר פאר , טעאַטער און קונסט?" אין ביאַליסטאָק פאָרגעליינט זיי עפּעס ווייזן פון זייער אָפּנעטאַענער אַרבעט אויפן געביט פון טעאַטער -- און כך הוה. --- זיי האָבן זיך באַוויזן מיט אן אויפנעפירטע פאָרשטעלונג אין לאָדזשער הזמיר"-זאַל פונעם פאַרשטאָרבענעם רוסישיידישן שרייבער בייניש שטיינמאַן א"נ , ביים טויער" און אַ פראַנמענט פון , פּאָלִיש אויף דער קייט" פון י. 5, פּרץ, דער אזוי גערופענער עקזאַמען האָט דעם סאָוויעטישן קאָמיסאַר וווילגעפעלן (מיט געוויסע אויסנאַמען) און די סטודיאַנטן האָבן באַקומען בע- סערע אַרבעטס-מעגלעכקייטן און עטװאָס בעסערע לעבנס- באדינגונגען, אויפן סמך פון דעם עקזאמען -- האָבן זיי אויפנעפירט אין ביאליסטאָק אַ נאַנצע טעאַטער-פאָרשטעלונג מיט דעקאַ- ראַציעס און מוזיק פון דעם אױבנדערמאַנטן בייניש שטיינ- מאַנס , ביים טויער" און א פראַנמענט פון , פּאָליש אויף דער קייט" מיט גרויס אָנערקענונג.

passage_d0bccc46a8d028f51870e1dd
Passage 4normalized OCR · source chars 2731-3759

די פאָרשטעלונג איז געװאָרן פאָרסירט אזוי ווייט -- אז ס'איז באַשלאָסן געװאָרן דורכן קאָמיסאַר פאר טעאַטער- און קונסט איבערנעבן די נאַנצע יידישע פאָרשטעלונג פאר דער ביאַליסטאָקער נעננט דורך ראַדיאָ. אָבער... אין די זעלבע מינוטן, ווען זיי זענען געגאַננען צום ראדיאָ אָפּנעמער... סטאָפּ -- , השכיבנו נאזאַד.... װאָס האָט זיך ארויסנעוויון?! עפּעס א סאָוויעטישער מאמין-רעדאקטאָר, וועלכער האָט ביינגעוווינט די פאָרשטעלונג האָט געפונען א , פּנם" אין בייניש שטיינמאנס ‏ ביים טויער", מחמת ס'איז דאָרט געווען אן אָנדייט, אז אויך די היינטיקע , פריינדלעכע" דייטשן פון 1940-41, וועלכע האָבן א , פריינד- לעכן" אָפּמאַך מיטן ראַטנפֿאַרבאַנד --- זענען גאָרנישט אזעלכע פיינע יונגעלייט -- און דאָס איז דעם מאמין-רעדאַקטאָר איבער טעאַטער און קונסט נישט געפעלן געװאָרן -- און וי שוין פריער דערמאָנט --- די ראַדיאָ-טראַנסמיסיע פון דער פאָר- שטעלונג אין נישט צושטאנדגעקומען. אינצווישנציים האָט די טעאַטער-סטודיע באַקומען א נייע פּיעסע צו פּרובירן א"נ , די גרענעץ" פון משה בראָדערזאֿן -- א צייט-פּיעסע געװידמעט פאַרהיטן די נרענעצן פון ראַטנפאַרבאַנד,

passage_839f225a8ffbafbab123e105
Passage 5normalized OCR · source chars 3761-4800

לויט וי גבית-עדות ניבן איבער, האָט די פּיעסע אָנגע- הויבן רעזשיסירן משה ליפּמאַן, וועלכער האָט זיך דעמאָלט אויך געפונען אין ביאַליסטאָק. נישט נעווען מענלעך צו יענער צייט (אזוי װוי אין אַמאָליקע צייטן וי מען האָט דיסקוטירט איבערן טעקסט פון דער פּיעסע און ווענן קאָנצעפּציע) קיין אײן אות אין דער פּיעסע אָפּפרעגן. געווען איינער פון דער ,לאָדזשער טעאַטער סטודיע" (טשעכאַנאָווסקי), וועלכער האָט זיך נישט אייננעשטעלט לויט דער ליניע -- איזן אים קוים געלוננען ארויס גאַנץ פון די סאָוויעטישע הענט, און אָט;: אין יענע משונהדיקע צייטן אין ביאליסטאָק, האָט מען פאָרנעלייגט אלע פּליטים ארויסנעמען סאָוויעטישע פּעסער. די גרעסטע טייל פּליטים זענען נישט געווען ויליק ארויסצונעמען סאָוויעטישע פּעסער צוליב פארשיידענע סיבות, אָבער מיטנלידער פון דער ,יידישער טעאַטער-סטודיע (א חוץ יחידים) האָבן זיך תיכף רענגיסטרירט אויף פּעסער און מ'האָט זיי אװעקגעשיקט אין פּינסקער ראַיאָן און זיי האָבן דאָרטן ווייטער קאָנטינואירט פּרובירן משה בראָדער- זאָנס פּיעסע , די גרענעץ? ביז צום אויסברוך פון דער סאָוויע- טיש-רייטשער מלחמה 1941. צּ אזוי האָט זיך עס אָנגעהױבן...

passage_b53da2fbb9faebcefbdcad3a
Passage 6normalized OCR · source chars 4802-5169

אין סאמע באַגינען האָבן מיר מיט איינענע כוחות אָנגע- הויבן מיט קליינע איינאַקטערס, סצענקעס, רעציטאַציעס, דעק- לאַמאַציעס פון שלום-עליכם, פּרץ, נאָמבערג און אנדערע יירישע שרייבערס, -- אָבער אממיינסטן האָבן מיר מיט גרויס התמדה געלערנט ועגן טעאַטער, וװעגן פארשיידענע טעאַטער-פאָרמען, װי: סטאַניסלאַווסקי, װאַכטאַננאָוו, טאַיראָוו, מייערכאָלד, פּיסקאַטאָר, ריינהאַרד א"א.

passage_20000cd92b72160d098d930d