Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 79
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1109

יידיש לאָדזש 79 און ווען מיר זענען א ביסעלע רייפער געװאָרן און אָנגע- הויבן בעסער באַגרייפן װאָס איז אזוינס טעאַטער בכל? --- האָבן מיר זיך גענומען צוגרייטן אַן אַזוױ-גערופענעם ,קליינקונסט- פּראָגראַם פון יידישן לעבעדיקן װאָרט? -- מיט דער אויסרע- כענונג, אז מיר וועלן ערנעץ-וווּ אָנשפּאַרן אין א געזעלשאַפט- לעכן אָדער אַ פּאַרטײלאָקאַל (װאָס פאר א פּאַרטײ ס זאָל נישט זיין), אבי מיר זאָלן האָבן די מעגלעכקייט אויפצוטרעטן מיט אונדזער צוגעגרייטן , קליינקונסט-פּראָגראַם?. . . ס'האָט א גאַנץ לאַנגע צייט נענומען ביז מיר זענען געווען בכוח אויפצוטרעטן עפנטלעך. אַ װענדפּונקט אין דער סאַמע ערשטער פאַזע פון אונדזער דעמאַלטיקן י. ?. פּרץ-קרייז, ווען מיר האָבן אויסגעפונען א זייער באַנאבטן רעזשיסאָר -- זין נאָמען אין געוען יוסף בעכער ע"ה -- אַ טעאַטער-מענטש מיט א סך וויסן אין יירישער און ועלטלעכער ליטעראטור, א שפּראכן-קענער, אַ פאַרליבטער אין פּרצ'ן -- האָט ער זיך אונדז איבערגעגעבן בלב-ונפש און אונדז אריינגעפירט אין דער ערשטער ריי אין פּרצ'ס שאַפונגען, געהאַלטן פאר אונדז רעפעראטן אויף פאר- שיידענע טעמעס, ספּעציע? אויפן געביט פון טעאַטער-ועזן, דיקציע, רעזשי, קאָנצעפּציע און אַנדערע איינצלהייטן ועגן טעאַטער.

passage_4e9c697e601fd69a85df1e32
Passage 2normalized OCR · source chars 1111-1975

אָבער דער שווערסטער פּראָבלעם אין דאַן פאר אונדז געווען: װוּ מאַכט מען די אַרבעט? אין דער ערשטיי ריי, א לְאָ- קאַל װוּ צו קענען מאַכן פּראָבן, וויי? וועגן דינגען א לאָקאַל פאַר פּראָבן איז קיין רייר נישט געוען. מיר זענען פּשוט נישט נגעווען ביכולת, וויי? דער גרעסטער טיי? פון די ענטוך- יאַסטן זענען באַשטאַנען נישט פון קיין גבירים. אָבער פאר טעאַטער-ענטוזיאַסטן איז נישט שייך שווער. מיר האָבן אויסגעפונען אַ לאָקאַל (אויף יעדן שבת נאָכמיטאָנ) ביי יוסף מלאָט -- ישראלס ראַבאָנס א שװאָנער -- אויף זאַװישאַ-גאַס (באַלוט). אין דער שניירער-שטוב פון די מלאָט'ס האָבן מיר נע- קנעלט פּרצ'ן (מיר האָבן טאַקע אין דער שניידער-שטוב זיך א נאָמען נענעבן: ,י. ?. פּרץ-קרייז") און אין דער ערשטער צייט אויסשליסלעך רעפעראטן וװענן די הופּט:װוערק פון י. ל. פּרץ; , די נאָלדענע סייט", , ביינאכט אויפן אַלטן מאַרק" און וועגן קלענערע איינאַקטערס וי , מקובלים", , שוועסטער" און אַנדערע,

passage_531d392c4843d6399d4fed7d
Passage 3normalized OCR · source chars 1977-2658

אויף אין מיטן דער ואָך האָבן מיר באַקומען א לאָקאַל ביי אונדזערס אן איינענעם מיטנליד פון קריין --- יעקב קליין, אויף פּיראַמאָװיטשאַ 2, דאָ האָבן מיר אויך געהאָט לעקציעס פון יוסף בעכער ווענן אַנר, יידישע קלאַסיקער. אין דער זעל- בער שטוב האָבן מיר אויך פּרובירט (נישט אויסגעפירט) ערנסט טאָלער'ס , מאַשינען צעשטערער" מיט אייגענע כוחות, וייל אין דער צייט איזן קראַנק געװאָרן אונדזער טייערער יוכף בעכער, וועלכע איז אומגעקומען אויף א טראַנישן אופן פון א נייסטיקער קראַנקהייט, אראָפּנעװאָרפן זיך פון דריטן שטאָק פון פּאַזנאַנסקיס שפּיטאָל, עס זענען אונטערגעקומען צייטן, ווען מיר האָבן באקו- מען געזעלשאַפטלעכע לאָקאַלן אויף פּראָבן און אויך א מעג- לעכקייט אַרױסטרעטן אויף די בינע-ברעטער.

passage_0f5b281a3b62df590a69ae9b
Passage 4normalized OCR · source chars 2660-3552

דעם ערשטן לאָקאַל האָבן מיר באקומען ביי די לינקע פּועלי-ציון, זנערזשער 17, דאָרט האָבן מיר טאַקע אויסגענוצט אונדזער צוגעגרייטן , קליינקונסט-פּראָגראַם? פון רעציטאַציעס, געזאַנג, דעקלאַמאַציעס אוֹן קלענערע איינאַקטערס. פון די לינקע פּועלי-ציון האָבן מיר געװאַנדערט צו די רעכטע פּוֹעלי- ציון, פּיעטריקאָווער 89 (דאָרט האָבן מיר אויפגעפירט , דאָס גרויסע געווינס" פון שלום-עליכם). פון די רעכטע פּועליציון האָבן מִיר געװאַנדערט צום , בונד" (דאָרט אויפגעפירט לכבוד דוד איינהאָרנס 29 יאָריקע שרייבערישע טעטיקייט זיינע ;צען מיליאָן" רעקוויעם -- צום אָנדענק די געפאַלענע אין ערשטן וועלט-קריג) אויף פּאַלודניאָווע 20. אויף א לאַננער צייט האָבן מיר באַקומען דעם לאָקאַל פון יידישן האַנטוערקער-קלוב, פּאַלודניאָווע 4 (3טער שטאָק), װוּ מיר האָבן פּרובירט און אויסנעפירט פארשיידענע איינ- אַקטערס פון י. ?, פּרץ (, מקובלים", ,אַ כעס פון א יירענע", ,דער וועכטער"), שלום-עליכם (, מזל-טוב", , דער גט" א. א.).

passage_3b8d16e4c8e467b010668cec
Passage 5normalized OCR · source chars 3554-4533

זאָל דאָ דערמאַנט ווערן, אז דער באַרימטער ,אררט" פון מ. בראָדערזאָן מיט די זייער טאַלאַנטפולע דזשינאן--שומאַ- כער, פּולאַװער, גאָלדשטײין א. אַנד. האָבן זיך אויך אױיסגעפּיקט פון פארשיידענע אַנדערע דראַמקרייזן, וועלכע זענען געווען אין לאָדזש. זאָל דאָ דערמאַנט וערן דער קרייז , באַנינען", ביי דער בונדישער אָרגאניזאציע (איינער פון זיי א שטאַרק- פעאיקער, א דרוקער-ארבעטער, געארבעט אין דער דרוקעריי שמשוני, אויף דער גדאַנסקע נאָס (באַראַנקעװיטש -- אומגע קומען בעתן אַנטלויפן פון לאָדזש דורך ראַװע אויפן וװעג קיין ווארשע בעת די דייטשן זענען אריין קיין לאָרזש). די סיבה, פארװאָס זענען אױיסגעװאָקסן דווקא אין דעם קוימענדיק-רויכערדיקן לאָדזש אזא גרויסע צאָל דראמקרייזן און נישט אין אַנדערע שטעט אין פּולן, וי למש? אין דער הױפּטשטאָט ווארשע? ווייזט אויס דערפאַר, וייל די בעסטע נייאַנטשטאַנענע יידישע טעאַטער-אַנסאַמכלען האָבן זייער אָנהױיב נעמאַכט אין װאַרשע -- לאָדזש איז דאַן נעבליבן הינטערשטעליק לגבי ווארשע אין הינזיכט מיט פּראָפּעסיאָנעלע גוטע אַקטיאָרן און קולטורעלע פאָרשטעלונגען.

passage_0e98750eda03b714bfeb343e
Passage 6normalized OCR · source chars 4535-4973

לאָדזש האָט מען דעמאָלט פארעכנט פאר אַ ביזנעס- שטאָט און משמעות נישט פאראינטערעסירט אין גוטע יידישע פאָרשטעלונגען, און נאָך א סיבה -- מחמת דאָס יידישע לאָדזש איז ביכולת זיך צו נערן מיט גוט פּוליש, דייטש און רוסיש טעאַטער, אפילו אין לאָדזשער געטאָ, װוּ הונגער, נויט -- און די נאָכאַנאַנדיקע דעפּאַרטאַציעס איז געווען דאָס טאָגיטענלעכע לעבן -- אפילו דאָרט -- האָט דער יידישער אַקטיאָר בײגעשטײערט מיט זין קונסט, אויפצוהאַלטן דעם צלם אלסים.

passage_7212d9d453dff911e1a4d205