78 | יי דיש לאָדזש י. לאנדסבערג - יירישע דרוקער-אַרבּעטער דער קליינער, לאָדזשער ישוב (לויט דעם װאָכנבלאַט פאַר פּוילישע יידן, אין דער פּוילישער שפּראַך ,יוטשענקאַ" פון 4 אַפּריל 1802), האָט געציילט 29,480 נפשות, צווישן זיי: 9 יידן. מיטן פאַרנאַנדערװוּקס פון דער טעקסטיל-אינדוסטרי, זענען אָנגעקומען קיין לאָרזש יידן פון די ארומיקע שטעטלעך. א סך פון זיי זענען געווען האַנטװערקער, וועלכע האָבן באַמיט זיך איינצואָרדענען אין דעם שנעל-װואַקסנדן ישוב. מיט דעם שטראָם זענען אויך אָנגעקומען פון דער שטאָט פּיאָטרקאָוו יירישע דרוקער, און זיי האָבן פאַרלייגט דעם יסוד פאַרן דרוקער-וועזן. אויף וויפ? עס איז באַקאַנט, האָט די ערשטע יידישע דרוקעריי אין לאָדזש געהערט צו לייזער גוטשטאַט. יידישע דרוקערייען האָבן אין יענע יאָרן געוויינטלעך געדרוקט ספרים אָדער חידושים אויף רעליניעזע ספרים. מיטן װוקס פון די באַדערפענישן, האָט די דרוקעריי אויך אָנגעהויבן דרוקן פאַר- שידענע זאַכן פאַר האנדלס-פירמערס. לייזער נוטשטאַט, אַ חסידישער ייד מיט א נרויסע משפּחה -- האָט ער אויך זיינע קינדער אויסגעלערנט דרוקעריי-אַרבעט, און באשעפטיקט זיי אין זיין דרוקעריי.
מיטן דרוסער-פאַך, קומט אויך אויף אַ צוייג פון דעם פאַך -- גראַװוירן. דער ערשטער יידישער גראַװירער (אויסצו- שניצן ספּעציעלע יידישע בוכשטאַבן פון האָלְץ, באַפּוצוננען פאר װוּנטש-קאַרטן לכבוד ראש-השנה), איזן געווען מאיר סטריקאָווסקי. מיטן אויפקום פון יידישע צייטונגען, קומען אויך אויף מאָדערנע, מעכאַניזירטע דרוקערייען (מאָדערנע --- אין באַנגריף פון יענער צייט) און צוזאמען מיט דעם -- א יידישער דרוקער פּראָלעטאַריאָט. די ערשטע יידישע צייטונג , לאָדזשער נאַכריכטן" איז דערשינען אין יאָר 1907. אַ פֹּאֶר יאָר שפּעטער -- דאָס , פאַלקסבלאַט". שוין אין יאָר 1906 איז אין לאָדזש געווען אַ יידישער דרוקער פאראיין --- אָבער די צאַרישע מאַכט האָט אים געשלאָסן, און די פירער אַרעסטירט, ערשט אין פּעריאָד פון דער דייטשער אֶקופּאַציע אין יאֶר 1918, אָרנאַניזירן זיך ווידער די דרוקער-אַרבעטער. צוזאמענפאָר פון יידישע דרוקעריאַרבעטער אין לאָדוש, נאָכן קרינ