Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 83
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1085

יידיש לאָדזש 79 עעעאאאאא א א רוא דער פאריין ציילט דאַן ביי א 200 מיטגלידער, אפיציעל הייסט ער; ,יידישער פאַראיין פון פּאַפּיר און דרוקער אַרבע- טער". דער פאַראיין האַלט אויס א קיך, אויף שרעדניע 23. דאָס דרוקער-פאַך צעװואַקסט זיך אין אומאָפּהענגיקן פּױלן. עס דערשיינען טאָג-צייטונגען, זשורנאַלן, ביכער. במילא איז אויך דאָ אַ נאָכפראַנע אויף יידישע דרוקער-פאַכמענער. אין יאָר 1922 גיט אַ דרוקער - קאָאָפּעראַטיוו ארויס די צייטונג , לאָדזשער פאָלקסבלאַט?, וועלכע מען דרוקט אין איטשעלע גרינבוימס דרוקעריי. מיטן װוּקס פון דער דרוקער-אינדוסטרי, פארשארפן זיך אויך די עקאָנאָמישע קאַנפליקטן צווישן דרוקער-פאריין און די אַרבעטסגעבער, צו אַ פאַרמעסט איז עס געקומען אין יאָר 8, אין אָסטראָווסקיס דרוקעריי. דעם שטרייק האָט אָנגע- פירט דער פאָרזיצער פון דרוקער-פאַראיין, חיים דאָמבראָווסקי. דעם שטרייק האָבן געווונען די דרוקער-אַרבעטער, און דאָס האָט געהאט א שטאַרקן אָפּקלאַנג אין גאַנץ פּױלן צו דער לעצטער פאַרװאַלטונג פון דרוקער פאריין (1939), אויף וויפ? איך דערמאָן זיך האָבן געהערט: אַרבוז, לאַנדאַו, לאַנדסבערג, שלעזינגער, האַמפּעל, גליקסמאַן, מילער, ראָזענ- בלום און נאָך עטלעכע דרוקער.

passage_13ebdaa1bd8270bc599e0f9e
Passage 2normalized OCR · source chars 1087-1709

כדי צו זיין א דרוקער, האָט מען געמוזט האָבן גרונט- בילדונג, װוי אויך א געוויסן גראד אינטעליגענץ. דרוקער-אַרבע- טער האָבן זיך אין זייער פרייער צייט אָפּגעגעבן מיט שפּילן טעאַטער. עטלעכע נעמען איז כדאי צו ברענגען אַלס ביישפּיל: זשעלאַזאָ, באַראַנקעװיטש, זילבערשטיין, שלעזינגער, שליפקאָ- וויטש א"א. צווישן די דרוקערייען האָבן פאַרנומען א באַזונדער אָרט --- קונסט-דרוקערייען, וועמענס באַלעבאַטים האָבן מיט אַ סר פאַרשטענדעניש און געפי? פאַרשענערט די ארויסגעגעבענע ביכער, זשורנאַלן --- דערשינענע אין לאָרזש. דאָס זענען געווען די דרוקערייען פון: שייניאַק, עלע ראָזענאָוויטש, ברידער סמאָלאַרסקי, ראַפּאַפּאָרט און מיימאַן. צִּ

passage_693c7c9a2f925d39c9dc4307
Passage 3normalized OCR · source chars 1711-2675

װי נאָר די דייטשן האָבן פאַרנומען לאָדזש האָבן זיי פארמאכט אַלע יידישע דרוקערייען און די יידישע דרוקער זע- נען געבליבן אָן אַרבעט. ערשט אין יאָר 1940 אין מאַי, האָט אין פאַרשלאָסענעם געטאָ זיך געשאַפן אַ קאָאָפּעראַטיו פון באַלעבאטים און אַרבעטער. א דעלענאציע האָט זיך פאָרגע- שטעלט פאַר רומקאָווסקין און פאָרגעלייגט צו שאַפן א יירישע דרוקעריי אין געטאָ. ער האָט די דרוקער אַװעקגעגעבן א לאָקאַל אויף בזשעזשינער 10. דאָרט האָט מען צענויפגעקליבן אַלע מאַשינען און שריפט, װאָס האָבן זיך געפונען אין געטאָ. עס איז צענויפגעשטעלט געװאָרן א היפּשע דרוקעריי און עס זענען געווען באַשעפטיקט 14 געוועזענע באַלעבאַטים און א 0 אַרבעטער. אַ געוויסע צייט האָט מען אַרױסגעגעבן אַ געטאַ- צייטונג --- איין מאָל אין ואָך. דאָרט זענען געווען פאַרעפנט" לעכט אַלע פאַראָרדענוננען פון די דייטשן און פון רומקאָו- סקין. דאָרט זענען אויך געווען ידיעות וועגן סכום פּראָדוקטן פון די צוטיילונגען און זייער װײיניק כראָניק פון אָרטיקן לעבן. די אַרבעטער האָבן געלעבט אין גרויס נויט --- איין מאָל

passage_53d5a3824d5c335599bbc960
Passage 4normalized OCR · source chars 2677-3302

אין דער ואָך אַ ברויט. דאַקענן די באַלעבאַטים האָט רומ- קאָווסקי געזען זיי זאָלן יא האָבן צו עסן. די אַרבעטער האָבן באַשלאָסן צו פאַרשטרייקן. עס אין פאָרגעקומען אַן אֶקופּאַ- ציע-שטרייק, די גאַנצע געטאָ האָט באַװוּנדערט דעם מוט פון די דרופער, נאָך צוויי טעג שטרייקן אין געקומען רומקאָווסקי מיט אַן איבערפאַל-קאָמאַנדאָ, װאָס אין באַשטאַנען פון אונטער- וועלט, און זיי האָבן מיט גומענע שטעקנס געשלאָגן מכות רצח און ארויסגעטריבן די שטרייקנדיקע. עס זענען אַרעסטירט נע- װאָרן דריי אַרבעטער: זילבערשטיין פון , בונר", לאַנדסבערג און טוביה ראַפּאַפּאָרט. זיי זענען אָפּנעזעסן צוויי טעג און מען האָט זיי אַרױסגעװאָרפן פון דער אַרבעט,

passage_bff63c9ee5a7289e5b981a60
Passage 5normalized OCR · source chars 3304-4404

דעם 28טן אויגוסט 1944 בין איך צוזאמען מיט מיינע חברים דרוקער אַװעקגעשיקט געװאָרן קיין בירקענאו. יעדער איינער האָט געװאָלט ארויסקרינן זיך פון אשוויענטשימער גיהנום מען זאָל מיט די איינענע אוינן נישט זען די קוימענס פון די קרעמאַטאָריעס. דעם טאָג, געווען איז עס דריי אַזיינער, ווען מיר זענען אָנגעקומען קיין אָשוויענטשים און דערזען די רויכערנדיקע זיך קוימענס, האָבן מיר אַלֵיין זיך געװאָלט איינרעדן, אַז עס איז פון אַ בעקעריי אדנ"ל. אָבער ווען מיר זענען נאָכן , קבלת פּנים" און נאָך דער סעלעקציע אריינגעטריבן געװאָרן אין די באַראַקן, פון װאַנען מען האָט אַקאָרשט אַרויס- געפירט צו פאַרברענען אונדזערע ברידער, זענען מיר געװאָרן גלייכנילטיק, און רואיק זיך צונעהערט צום דערציילן פון די אייננעזעסענע וויפ? מען פירט אַרױיס יעדן טאָנ צום פאַר- ברענען. נאָכן אָפּזיין עטלעכע װאָכן איז מיר געלונגען אָנצושליסן זיך אין א גרופּע, וועלכע מען האָם געשיקט קיין נידער- שלעזיע. טראַנספּאָרטירט האָט מען אונדז אין פראַכט-װאַגאַנען צו 110 אין יעדן ואנאָן.. דער טאָג איז געווען א הייסער און אין װאַגאָן שטיקנדיק. מיר זענען געפאַלן אין חלשות. 6 פאַרנאַכט זענען מיר אָנגעקומען אין אַ לאַנער װאָס האָט געהייסן קאַלט- װאַסער.

passage_6cbd02e71592091c16b7a05a
Passage 6normalized OCR · source chars 4406-5426

דער ס.ס.-מאַן האָט געהאַלטן אַ דרשה און נאַָכדעם האָט זיך אָנגעהויבן דאָס גיהנום פון די אַפּעלן אין די פראָסטיקע נעכט און דאָס לערנען די תורה פון , מיטצען אַפּ און מיט" צען אוף" שעהן לאַנג. | אחוץ די קאַפּאָס און בלאָקאָװעס האָבן אלע אונדזערע נאָר איין פאַרלאַנג אין דעם מאַמענט: אָט אַזױ װי מען ליגט אויף די הארטע נאַרעס -- בליבן לינן אויף אייביק, וייל ווידער אויפשטיין און אָנטאָן דעם צעריסענעם !פּאַשאַק" מיט אַ פּאָר טרעפּעס און שטיין אויף דעם אַפּעל, נאָכדעם שטיין אין דער ריי נאָך א ביס? ביטערע קאַװע און דערנאָך גיין צו דער שווערער אַרבעט אויף די בערג, װוּ דער שניי האָט זיך צונעקלעפּט צו די האָלצערנע טרעפּעס, זענען מיר געווען געצווונגען אויסצוטאָן די טרעפּעס און לויפן באָרועס, אַהיימקומענדיק פון דער שווערער אַרבעט -- אָנשטאָט אביס? עסן האָבן מיר װוידער אַן אַפּע? צוויי מאָל אין טאָג, אינדערפרי איידער מען גייט צו דער אַרבעט און אויף דער נאַכט, ווען מען קומט פון דער אַרבעט היינט מען אָן שרייען איבער די באַראַקן: אַפּעל"! קיינער בלייבט נישט אין די באַראַקן, אפילו קראַנקע מוזן אין די גרעסטע פרעסט ארויסניין

passage_670887cb474b500573581a30