80 יי לאַנדס בע רג--יײ דישע דרוקעויארכעטער און שטעלן זיך צום אַפּעל, ביז דער עס-עס-מאן קומט לערנט דער בלאָקיעלטסטער דערוויי?ל די תורה פון , מיטצען אַפּ און אוף" און עס מוז קלאַפּן װוי אַ זיינער. און ווען עס קומט דער עס-עס-מאַן מוזן אַלע אים קוסן גלייך אין די אוינן אריין, און וויי איז דעמאָלט אויב עס געפעלט עפּעס נישט דעם עסיעס- מאַן, דעמאָלט קענען זיין פאַרשידענע שטראָפן. אַזױ גייען די טענ אוֹן נעכט, דער גורל פון היטלער דייטשלאַנד אין שוין א געהתמע- טער. װוראָצלאַוו ווערט באָמבאַרדירט און מען פירט אונדז אין אַ צווייטן לאַנער , בערנא". דער פראָנט האָט זיך אָבער דער- נענטערט; די באָמבאַרדירונגען אין דער נעגנט זענען געווען אַן אָנזאָג, אַז ענדלעך קומט זייער סוף. די עס-עס-לייט צערו- דערטע, --- די פראַגע איז נאָר געווען, װאָס וועט זיין מיט אונדז? צי ועלן זיי לאָזן, אַז מיר זאָלן זעען זייער ענדע ? צום גלִיק האָט זיך שוין נעשפּירט דער סוף פון דער מלחמה. די עס-עס-לייט פּאַקן די װאַליזעס די וייבער זייערע וויינען און געזעגענען זיך. דינסטיק, דעם 8טן מאי 1949 זענען מיר באַפרייט געװאָרן. נאָך די אַלע איבערלעבונגען האָבן מיך די כוחות פאַרלאָזט און איך בין געלעגן אין שפּיטאָל עטלעכע װאָכן.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1096
passage_44c7d4b1d60f6be250a3d4ef