Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 86
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1125

82 ד"ר א. צימערמאַן -- לאָדזשער יידנטום = אי טע ריאי עלאר רער עערערערלגערער דראל ידידי רער רעדייל אויף דער פעפער-נאס, אין קעלער, אַרבעט א ועבער אױף אַ האנט - שטול. הוסט און וװעבט. דאָס בעט איז ארויסנעשטעלט אויף דער נאַס, וייל די שטוב אין צו- קליין, שפּעט ביינאַכט שלעפּט מען אריין דאָס בעט אין שטוב. די קינדער שפּילן זיך אין נאס און קלייבן שטיינדלעך פון רינשטאָק. אין אָוונט נעמט ווידער לאָדזש אויף איר קאַמף. געזעלשאַפטלעכע אַָרגאַניזאציעס, פּראָפּעסיאָנעלע פא- ריינען זענען געפּאַקט מיט א טױזנט-קעפּיקן עולם, וועלכער הערט זיך צו צו די רעדעס, רעפעראַטן, קאָנצערטן און רעציטאַציעס, אין שטאָט-ראַט קעמפן די יידישע ראַטמענער מיט די ענדעקעס פון קאַָוואלסקי'ס חדר. די רעדעס זענען קורצע, אַגרעסיווע, אָנגעלאָדענע מיט עלעקטריע. דער שטאַט-ראַט רעדט וועגן יידן, וועגן יידישן האַנדל, וועגן , אָוושעם". די יידישע ראַטמענער שטייען אָנגעצונדענע און קעמפן, קעמפן פאר יירישער עקזיסטענץ און פארן יידישן כבור. אויף פּאַלודניאָווע נאָס באַראַטן זיך די האַנטװערקער: וועגן אַרבעט, וועגן קרעדיטן פון דער האַנטװערקער-באַנק, וועגן שאַפן סעקציעס, יורידישע און מעדיצינישע הילף, וועגן דער פּאָליטיק פון שטאָט-ראַט, וועגן האַנטװערקער-קאָנגרעס.

passage_a77f5e527b17166280c04dd4
Passage 2normalized OCR · source chars 1127-2282

אין דער וואָהלינער שול, אויף זאַכאָדניע גאָס, אין ליכ- טיק, נאָך דעם דאַוונען לערנען די יונגע , ליטואַקעס" א שיעור --- זייער געזאַנג דערהויבט זיך איבער דער פּוילישער ווירק- לעכקייט, דערנייט צו די אויסנגעשטערנטע, זילבערנע הימלען און מאָנט, מאָנט רחמים פון די הימלען.. און ביינאַכט זענען די טעאַטערן, פּאָנצערטזאַלן, ביב- ליאָטעקן און קינאָס פול. נאָכן טעאַטער כאַפּט מען זיך אריין אין א קאַפע. אָט זיצן די זשורנאַליסטן פון , טאַגעבלאַט", פון , פאַלקסבלאט", וועלכע האָבן זיך ארױיסנעכאַפּט אויף א מינוט פון זייערע רעדאקציעס. אָט דאָרט זיצט דער , אינדינער" בראָדערזאָן און זינגט א ליד? אין אויער פון דעם קליינעם, פאָנערן ראַבאָן. און אָט דאָרט זיצט דער פעטער, גוטער טרעמבאַטש און כאַפּט א שמועס מיט דעם קליינעם, דיקלעכן, שמייכלדיק-רויטלעכן יצחק קאַצענעלסאָן א א א א א א יי טע יי אאטאאוצ אע אטאל א אע 6 א א עי אי אי א -=. עטאט א עי אָבער יצחק קאַצענעלסאָן איז נישטאָ, וי עס אין נישטאָ דאָס גרויסע פאַרבנרייכע לאָדזשער יידנטום =- -- -- דאָס לאָדזשער יידנטום, וועלכעס האָט זוכה געווען, אז דער גרעפטער דיכטער פון אומקום, דער לאָדזשער יצחק קאַצענעלסאָן, זאָל אויסבלוטיקן דעם אַפּאַקאַליפּטישן וייטיק און צאָרן פון דריטן חורבן, איז ליקווידירט געװאָרן -- -- --

passage_9b15a036cdda2271732a3db5
Passage 3normalized OCR · source chars 2284-3489

פון 2230-טויזנטדיקן לאָדזשער יידנטום זענען וויניק געבליבן, וועלכע זענען ניצול געװאָרן פון די מערדערישע בלוט-הינט -- -- =-- און אָט שטייען מיר היינט, צום יאָרצייט פון דער ליקווידאַציע פון לאָדזשער נעטאָ, געבוינן טיף פאר דעם הייליקן אָנדענק פון לאָדזשער יידנטום, אדורכגענומען מיט צער, דערהויבן און געלייטערט דורך זייערע ליידן מיט דעם באַװווסטזיין, אז זייער קידוש השם ניט האָפנונג און כוח אונדז, וועלכע זענען נגעבליבן אויפצונעמען זייער גרויסע ירושה, כדי דאָס פאלק ישרא? זאָל וייטער לעבן אין דער אייביקייט, --8 יתגרדל == =- == א. צימערמאַן פרעג נישט -+- - - פרעג נישט, פאַרװאָס כ'דערהויב זיך און פאַל, פאַרװאָס איך לאַך און יאָמער -- פאַרװאָס כ'שילט דעם נעכטן און איך לעכץ נאָך אים. פרעג נישט, פאַרװאָס כ'בין גוט און שלעכט, כ'זוך פריינד און איך ווייך פון זיי, פאַרװאָס כ'זוך גאָט און אַנטלױף פון אים, פאַרװאָס עס פרעסט מיך דער האָס און װאַרעמט די ליבע. פרעג נישט, כ'בין געבליבן אַלין. די שאָטגס סון מיין מוטער, געהיליקט. אַ בלוטיקער נעפּל פאַרשטעלט מיר די נאָענטעץ ‏ און מאַכט פרירן מיין בלום -- אין מיין נשמה צערייס איך דעם נעפּל -- א װאָיענדיקער ווינט צעשפּרײיט די אַש פון מיינע נאָענטע טיף אָטעם איך אַריין דעם אַשיקן ווינט -- -- -- כ'האָב דיך ליב, הייליקער ווינט, דו אַליין לעבסט אין מיר,

passage_5d18bb1cfd1f8031dbbadac8
Passage 4normalized OCR · source chars 3491-3530

ווען קברים פּלאַטערן איבער מיר -- -- --

passage_c5a679eb5b980d159708900b