Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 87
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1243

יי דיש לאַָדוש 03 יידישע פּרעסע אין לאָרוש (לרט די מאַטעריאלן פון ח. 2. פוקס) אויף וויפיל ס'לאָזט זיך פאָרשן פון צופּעליקע פארצייכענונגען, זענען אין לאָרזש דערשינען פארשידענע צייטונגען און זשור- נאַלן. כאָטש מען קאָן נישט פעסטשטעלן זייער טיראזש, אָדער לעבנס-שפּאַן און אויסווירקונג, דארף מען אָבער פארצייכענען זייערע נעמען: גלאָדזשער הויז-בלאַָט" (1892), ,דער פריי- הייטס-גלאָק" (1901); , דער אַרבעטער" (1909); ציוניסטישע אויסגאַבע , פונקען" (1909); , דער געדאַנק ווענן ציון" (זשור- נאַל, דערשינען אין יאָר 1900, ארויסגעבער ש. בראָנבערג); , דער לאָדזשער וויצן-בלאַט" (1903); גוט-װואָך און , קוקוריקו" אַרוױיסגענעבן דורך אברהם פּערלמוטער (1909); , דער לאָ- דזשער , קצב-יונג" (1908); די בייטש און פּסח-בלאַט (1909); יום-דטוב געלעכטער" (1910); זאַמלונג: , פייערלעך" (1910); ערשטע יידישע שאַך-צייטונג (1913, רעד. ה. סאווע און מ. קרישעק); ערשטע יידישע ספּאָרט-צייטונג (1914) ארויסגע- געבן דורך א. מאָרגענשטערן; לאָדזשער , הזמיר" (1907, רעד. ראובן בריינין). די ערשטע יידישע טאָג-צייטונג דאַטירט זיך פון די יאָרן 6 ,לאָדזשער נאַכריכטן", רעדאַגירט פון ישעיה אוגער,. די מיטאַרבעטערס: אברהם טענענבוים-ארזי, צבי כהן, א. פּערלמוטער, איטשע מאיר פּאָזנאַנסקי, ש. זאַסס. די , לאָ- דזשער נאַכריכטן" האָבן געהאט א טיראַזש פון 580 טויזנט עקזעמפּלאַרן טעגלעך.

passage_1ab312d9524f5b94828c32cc
Passage 2normalized OCR · source chars 1245-2249

פון די , לאָדזשער נאַכריכטן" ווערט שפּעטער , לאָדזשער טאַגעבלאַט (דרוקעריי פון ע. האַמבורסקי, אָנראָדאָװע 9). אין לאָדזשער טאַגעבלאט? האָבן זיך געדרוקט: קאַצענעלסאָן, סעגאַלאָװיטש, בראָדערזאָן, הערשעלע (דאַנילעוויטש) צבי כהן, ב. עפּעלבוים, י. טאַבאַקסבלאַט, סאָכאַטשעװוסקי, אליהו וױינאָ- גראַד, װאָלף געלבאַרט, משה טאלטשין, געצל אייזנער. די הויפּט-זשורנאַליסטן פון דער צייטונג זענען געווען די ברידער לאַזאַר און ישרא? קאַהאַן. אונער האָט אויך געדרוקט אין דער צייטונג בילדער און קאַריקאטורן נעצייכנט פון אַרטור שיס, משה וויליענסקי, אַדאָלף בערמאַן. וועגן טעאַטער האָט געשריבן דער טעאַטער-רעצענזענט פון דער דייטשער צייטונג ר"ר פאַלק. וועגן מוזיק -- דער דירינענט לעאָ קאפּף, שפּעטער: ד"ר ?, פּריבולסקי,. ווען דער לעצטער איז געשטאָרבן, האָט ווענן מוזיק געשריבן דער מוזיקאָלאָג העכט. אין יאָר 1915-1919 בשעת װאַלן פון א רב, ווען דער , טאַנעבלאַט?" האָט געשטיצט דעם ראַדאָמער רב טרייסטטאַן, האָט א גרופּע, װאָס האָט געשטיצט די קאַנדידאַטור פון קאַלי שער רב ליפּשיץ, געגרינדעט א צווייטע צייטוננ , דאָס לאָדזשער

passage_2f20adcd46b4dd597daa72d0
Passage 3normalized OCR · source chars 2251-3278

מאָרגנבלאַט?. די צייטוננ איז דערשינען אין דער דרוקעריי פון א. י. אָסטראָווסקי, פּיעטרקאָװער 06. די צייטונג האָט געהאַט צוויי רעדאקטאָרן; ד"ר יהושע גאָטליב און ד"ר אלעק- סאַנדער קאַפּעל (ד"ר מוקדוני). מיטגעאַרבעט אין דער ציי- טונג האָבן: מ. לאזארסאָן, עזרה נגאָלדין, ב. פארעצקי, די אִפּ- טיילונג; , דער קיביצער" האָט רעדאַגירט י. מ. ניימאַן, און לידער און וויצן האָט געשריבן פּנחס קאץ. עס האָבן אויך מיטגעאַרבעט: ש. י. לייזעראָוויטש, משה העלמאַן (העלמאַן איז אגב געווען דער הויפּט-אַקציאָנער און נעלט-געבער פאר דער צייטוננ). אויסער לאָדזשער האָבן מיט- געאַרבעט; דוד פרישמאַן, מ. ספּעקטאָר און ז. װענדאָרף. אין דער צייטונג האָבן צום ערשטן מאָל זיך באַוויזן דער דיכטער א. שמולאַוויטש און דער איבערזעצער פון פרעמדע שפּראַכן: שמעון שפּיגעל, א געוויסע ראָל אין דער צייטונג האָט געשפּילט מאָטעלע פראַנקענטאל, א מחבר פון 10 איינאקטערס. מיטן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, דעם 1טן אוינוסט 4 האָט זיך די צייטונג אָפּנעשטעלט, סוף דעצעמבער 1914 האָבן די דייטשן אָפּנעשטעלט דאָס , לאָדזשער טאַנעבלאַט? פאר איר אַנטיסדייטשער שטעלוננ.

passage_d15b8c53e97510e922b1f8dc
Passage 4normalized OCR · source chars 3280-4427

אֶנהוֹיב יאַנואַר 1918, נאָכדעם וי די רוסישע אַרמיי האָט פארלאָזן לאָדזש און די דייטשן --- נאָך נישט פארמעס- טיסט, האָט די לאָדזשער בונדישע אֶרנאַניזאַציע ארויסגעלאָזן א יירישע צייטונג: , לאָדזשער אַרבעטער". די מיליטער-מאַכט האָט פארבאָטן צו פארשפּרייטן די צייטונג. צוויי טויזנט עק- זעמפּלאַרן זענען אומלענאַל פאַרשפּרייט געװאָרן. די רעדאַקטאָרן זענען געווען: מ. ד. אָנוֹז, חיים לייב פּאָזנאַנסקי, ישראל ליכ- טענשטיין; מיטבאַטײליקטע: א. שמויש, ד. שװאַרצמאַן, אדוו. משה אַנדערס, ש. מילמאַן. בשעת דער דייטשער אֶקופּאַציע פון לאָרזש האָט אָנגע- הויבן דערשיינען די צייטוננ: , לאָדזשער פאָלקסבלאַט", רער. לאַזאַר קאַהאַן, געדרוקט אין דער דייטשער מלוכה-דרוקעריי. אין דער נייער צייטונג האָבן מיטגעאַרבעט: מ. פּליאַט, צבי כהן, פישל? בימקאָ, ישרא? קאַהאַן, רעפּאָרטערן: ראָזענפעלר, ה. 9. זשיטניצקי, י. ש. גאָלדשטײן (לוסטיקער פּעסימיסט), ברוך שעפנער, חיים יאַנק?ל בזשוסטאָווסקי, יאַניע שולמאן; לידער האָבן פאַרעפנטלעכט די דיכטער: מרים אולינאָװער און די ווארשעווער דיכטער יעקב רייזפעדער און לייב מלאך. אין 1916 האָבן די דייטשן ווידער דערלויבט ארויסצו" געבן דעם , לאָדזשער טאַנעבלאַט". אונערס ערשטע מיטאַר- בעטער זענען דאַן: זלמן זילבערצוייג, משה בליישטיפט,

passage_92b83d1b9827714e78738e77