Kehilot/Łuków
Library
Institution · general schools

Łuków general schools

די פיר אלגע־ מײנע שולן

Four general schools included only one school available to Jewish children.

Page 85HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Łuków general schools than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Łuków general schools
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
1
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 89 · printed page 85
Open exact passage
מיץ יוגנט הא ב איך פארבראכט אין לוקאװ׳ און צװישן דער ײדישער יוגנט בין איך געװען אקטיװ. ביז איצ ט קען איך נישט פארשטײן פון װאנען עס האט זיך געגומען אזא ענערגיע ביי דער ײדישער יוגנט׳ פון װאנען האבן זיי געשאפט אזא כח צו געזעלשאפטלעכער און קולטור־ארבעט. בסך־הכל האט די ײדישע יוגנט נישט געהאט פאר זיך קײן שום עקזיסטענץ־פערספעקטױון. װעגן שטודירן — איז קײן רײד נישט געװען. דער אנטיסעמיטיזם איז געשטאנען אין װעג. די ײדישע באפעלקערונג אין שטאט האט באטראפן 50 פראצענט; שטײערן האבן ײדן געצאלט 60 פראצענט פון דער גלאבאלער סומע. אבער פאר ײדישע קינדער איז געװען בלויז אײנע פון די פיר אלגע־ מײנע שולן. אין שטאט זענען געװען 2 גימנאזיעס׳ פאר ײנגלעך און פאר מײדלעך׳ אבער ײדישע גימנאזיסטן האט מען געקענט צײלן אויף די פינגער — ערשטנס צוליב דעם הויכן אפצאל׳ און צװײטנס׳ צוליב דער אנטיסעמיטישער דיסקרימינאציע. אט׳ למשל׳ געדענק איך אײן גימנאזיע־שילער ראובן פלאמאן. זײן פאטער האט געהאט א געװעלבל פון שוסטער־צודאטן און ער האט אלץ געטאן׳ אז זײן זון׳ א בחור מיט א ״פײערדיקן קאפ״ זאל װערן א ״מענטש״. אבער אין גימנאזיע האט מען אים אזוי שיקאנירט׳ אז ער האט געמוזט זיצן 2 יאר אין אײן קלאס. לסוף האט מען אים געגעבן אזעלכע באלן׳ אז ער האט װײטער נישט געקענט לערנען. פלאמאן איז אבער נישט געווען געפאלן ביי זיך — ער האט באלײגט דעם עקזאמען אין דער װאיעוואדשאםט־ שטאט׳ אין לובלין׳ און דארט האט ער באקומען די מאטורע מיט א הױכער אויסצײ־
Connected nodes