| מנחם זאקאליק (ז. ק. ליק) די גאסטמאן־ליבערזאן־תקופה דערשראקן פון דער שטורמישער פאליע פװ שטרײקן, װאס די ערשטע רוסישע רעװאלוציע האט אנגעיאגט אויף די פאבריקן אין װארשע, האט דער בארימטער פאבריקאנט פון מעכאנישע שיך, דוד גאסטמאן, געכאפט און שנעל אריבערגעפעקלט זיץ גרויסע פאבריק, מיט אלע אירע אפטײלונגען, פון װארשע קײן לוקאװ. דער הויכוװקסיקער, ברײטפלײציקער, בײכיקער פאבריקאנט מיט דער ברײט״ צעקעמטער בלאנדער בארד און מיט דער שװערער גאלדענער קײט איבער דער טיף אויסגעשניטענער העלער װעסט, האט געמײנט, אז מיט דעם ענדערן דאס ארט פון זײן פאבריק, װעט ער אויך ענדערן דעם לויף פון דער צײט. ער איז געװען זיכער, אז אין דעם שטילן און רואיקן לוקאװ װעט ער אומגעשטערט קאנען װידער געװעלטיקן איבער זיין אונטערנעמונג, מיט דער זעלבער שטארקער האנט, וויא מאל. אגב, איז לוקאװא פארצװײגטער באן־קנופ און גוט פארן עקספאדט. דער דאזיקער פלאן איז זײער געפעלן געװארןא צװײטן גרויסן פאבריקאנט אין װארשע, דעם אײגנטימער פון דער באװוסטער אלבאם־פאבריק ליבערמאן. האט אויך ער, ליבערזאן, אײנגעפאקט זיץ גאנצע פאבריק מיט אלע נייעסטע מאשינען און אײנריכטונגען און שנעל אריבער נאך לוקאװ.
די בײדע פאבריקאנטן האבן גלײך מיט זיך מיטגענומען זײער שטאב ספעציא־ ליםטן, ״אײגענע מענטשן״, זײ זאלן אין דעם נײעם ארט פריש אײנשטעלן די ארבעט װי ם׳געד,ער צו זײן... זענען פון װארשע באלד נאכגעקומען אױך צװײ מחנות ארבעטער און אנגע־ שטעלטע, װאס זענען פריער באשעפטיקט געװען אין די פאבריקן און זײ האבן געפאדערט ממשיך צו זײן. אין לוקאװ איז געװארן לעבעדיקן פאר נאכט האבן די נײ־אנגעקומענע, אויםגעפוצטע, גרויםשטאטישע, בחורים און מײדלעך, פארפולט דעם טראטואר פון דער לובלינער (װארשעװער) גאס און ם׳איז גזיװען טומל, רעש, װי אויףא יאריד. פון דאנען האבן גרופעם זיך געלאזט אין די לאנגע אלעען, װאם האבן פון בײדע זײטן ברוקירטן פור־װעג. דא האט מען שפאצירט געמיטלעך. געםירט צום װאקזאל, צוביםלעך זיך אנידערגעזעצט אפרוען אויף די בענק און װען דער אװנט איז צוגע- פאלן, האבן די געדיכטע קאשטנבוימער שוין אײנגעהילט אין זײערע אויסגעשפרײטע שאטנם סוחת פוןא נײער צײט... דאם שטילע, רויקע לוקאװ האט מיטא מאל זיךא טרײםל געטאן. פון באד.אלטענע ווינקעלעך ד>אט זיך געטראגןא געהיימנישפול געזאנג: 99