Original scan
Original memorial-book scan 104
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1121

100 םםר לויןאוו עם רויש ט א ו ן ע ם קאכט א י ן אל ע גאסן, א ליארם, א גערויש, א געשריי — פיל טויזנטער ארבעטער־מאסן, ״נידער מיט דעם צאר ניקאלײ!׳' דער לוקאווער זשאנדארם, מיטן אײנעם אויערנגל, האט אנגעהויבן אפטער זיך דרײען איבער די גאסן און געסלעך און װו מען האט אים נישט געזען, איז ער אויםגעװאקסן. ער האט געקוקט מיט באהאלטענעם חשד אויף יעדן פארבײגײער און דער עיק ר שטרענג נאכגעשפירט די טריט פון יעדן ױגנטלעכן. םנחם זאקאליק (ז. ק. ליק) די לוקאװער בחורים אין זײערע לאנגע געהאקטע קאפאטן און קלײנע טוכענע היטעלעך, זענען דורכגענומען געװארן מיטן נײעם שטראם. נישט אײן בית־מדרש בחור האט פארלאזט די גמרא און אוועק װערן א פראלעטאריער. א םך פון די םופרי םת״ם האבן געטוישט דעם פארמעגט אויף לעדער — אויפגעהערט שרײבן מזוזות תפילין. אײנער איז ארײן צו גאסמאנען זיך לערנען זײן א ״קלאפער״, ״פוצער״ ו א ן אנדערער איז אוועק װען א קאמאשנמאכער, אויספאלצן גוט א כאלעווקע. ארײנצוקריגן זיך צו ליבעתאנען, זיך לערנען מאכן אלבאמען, האט מען שוין געדארפט פראטעקציע, װײל אלבאמע ן מאכ ן הא ט זיך גערעכנ ט פאר א ן ״אײדל״ פאך.

passage_6cb4f52ec4d57155ff475cd0