ספר לוקאװ 101 אויך די לוקאװער מײדלעך, באלעבאטישע טעכטער, וואס האבן געקענט העםטן שיינע תפילין־זעקלעך פאר די צוקונפטיקע חתנים, זענען אװעק אין די פאבריקן, װעד אלס אנגעשטעלטע אין בױרא, װער אלס פאקערין. דער לאנגער, דאדער ירחמיאל שמויער, דער סופר סת״ם מיטן שפיציקן בערדעלע איז געװען דער ערשטער, וואס האט, װי באלד ער איז נאר געװארן ״קלאפער״, אראפגע־ װארפן פון זיך די געהאקטע קאפאטא מיטן טוכענעם היטעלע און אנגעטאן א קורצע מארי־ נארקע מיט א װײכן פאצעטישן קאפעלוש. אז שמויער האט זיך דאס ערשטע מאל באװיזן אין גאס אין זײן נײעם ״סטראי״, האט איפ כמע ט קײנער נישט דערקענט: ״ס׳איז נישט שמויער:״ — האבן װײבער געדרײט מיט די קעמען. און שמויער האט אנגעהויבן זיך באנוצן מיט אויסדרוקן, וואס פשוטע יידן האבן נישט פארשטאנען. דאס שארפסטע זידלװארט זײנס איז געװען: ״דו לומפן־פראלעטאריער, דו!״. אה דעם איז שמויער אויך געװארן די rechte האנט פון יוסף ליבער, דעט װאלקארזש. א הויכגעװיקסיקער און ברײטפנימדיקער. װעגן ױסף ליבער הא ט מען זיך איבערגעגעבן פון אויער אויף אויער, אז ער איז א פארשטײער םון ״צענטראל־ קאמיטעט״. װו צענטראל־קאמיטעט, װער צענטראל־קאמיטעט? האט מען געקענט פרעגן בחרם אלע זאגערס.
דער יוסף ליבער האט שמויערן צונויפגעפארט מיט יצחקל גאגי, א דראזעוקאזיש אין אוניפארם: א היטל מיט א גלאנציקן דאשעק. יצחקל האט געהאט א לאכעדיק פנים און תמיד א זיס שמײכעלע הינטער די געל־שמאל־צוגעשווירענע װאנמעלעך. מיט גאגיס הילף האט שמויער, אן שװעריקײטן, אפגענומען סון דער באן און באזארגט װו געדארפט די פריער אנגעקומענע פעקלעך פראקלאמאציעס, מיטן רוף: ״פדאלעטאריער פון אלע לענדער, פאראײניקט אײך!״ אפט זענען אנגעקומען פריש באדרוקטע דין־זײדענע פאפירלעך, שמויער האט די אלע פאפירלעך צעטײלט צװישן די שפאצירנדיקע אין די קאשטאנבײמער־אלײען• תמיד האט ער אפגעװארט א טונקעלן אװנט. די שפאצירנדיקע האבן די םראקלאמא־ ציעס גיך פארשטעקט אין זײערע קעשענעס און שפעטער אין די הײמען געלייענט. און שמויער איז אויסגעװאקסן א קעמפער. געטראגן אין קעשענע א ״שפײער״. אז זײן מאמע האט דערזען ביי אים די ״כלי״, האט זי זיך געכאפט מיט ביידע הענט פאח קאפ: ^ ״א ברוך איז מיר! רחמילעניו קרוין! װעמען גײמסטו דערהרגענען! ז״ ירחמיאל האט רױק שמײכלדיק און קאלטבלוטיק געענטפערט: ״כ׳גיי שיםן פײגל אין װאלד״.. . * שפרינצעם גארקיך האט געשמם פאר א נעםט פו שיכורע מיליטער־לײט אין די לאפאגוזער קאזארמעס און פחםתם האלב־סונקעלע פארשוינען. אין דער גאסטמאן־