Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 103
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1195

| מנחם זאקאליק (ז. ק. ליק) די גאסטמאן־ליבערזאן־תקופה דערשראקן פון דער שטורמישער פאליע פװ שטרײקן, װאס די ערשטע רוסישע רעװאלוציע האט אנגעיאגט אויף די פאבריקן אין װארשע, האט דער בארימטער פאבריקאנט פון מעכאנישע שיך, דוד גאסטמאן, געכאפט און שנעל אריבערגעפעקט זיץ גרויסע פאבריק, מיט אלע אירע אפטײלונגען, פון װארשע קײן לוקאװ. דער הויכוװקסיקער, ברײטפלײציקער, בײכיקער פאבריקאנט מיט דער ברײט״ צעקעמטער בלאנדער בארד און מיט דער שװערער גאלדענער קײט איבער דער טיף אויסגעשניטענער העלער װעסט, האט געמײנט, אז מיט דעם ענדערן דאס ארט פון זײן פאבריק, װעט ער אויך ענדערן דעם לויף פון דער צײט. ער איז געװען זיכער, אז אין דעם שטילן און רואיקן לוקאװ װעט ער אומגעשטערט קענען װידער געװעלטיקן איבער זײן אונטערנעמונג, מיט דער זעלבער שטארקער האנט, ווי אמאל. אגב, איז לוקאװ א פארצװײגטער באן־קנופּ און גוט פארן עקספאדט. דער דאזיקער פלאן איז זײער געפעלן געװארן א צװײטן גרויסן פאבריקאנט אין װארשע, דעם אײגנטימער פון דער באװוסטער אלבאם־פאבריק ליבערמאן. האט אויך ער, ליבערזאן, אײנגעפאקט זיץ גאנצע פאבריק מיט אלע נײעסטע מאשינען און אײנריכטונגען און שנעל אריבער נא ך לוקאװ.

passage_81135adb065674d44726dd9a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1197-2306

די בײדע פאבריקאנטן האבן גלײך מיט זיך מיטגענומען זייער שטאב ספעציע־ לימטן, ״אײגענע מענטשן״, זיי זאלן אין דעם נײעם ארט פריש אײנשטעלן די ארבעט װים׳געד,ער צו זײן... זענען פון װארשע באלד נאכגעקומען אױך צװײ מחנות ארבעטער און אנגע־ שטעלטע, װאס זענען פריער באשעפטיקט געװען אין די פאבריקן און זיי האבן געפאדערט ממשיך צו זײן. אין לוקאװ איז געװארן לעבעדיק פאר נאכט האבן די נײ־אנגעקומענע, אויסגעפוצטע, גרויםשטאטישע, בחורים און מײדלעך, פארפולט דעם טראטואר פון דער לובלינער (װארשעװער) גאס און ם׳איז גזיװען טומל, רעש, װי אויף א יאריד. פון דאנען האבן גרופעס זיך געלאזט אין די לאנגע אלעען, װאס האבן פון בײדע זײטן ברוקירט פור־װעג. דא האט מען שפאצירט געמיטלעך. געםירט צום װאקזאל, צוביסלעך זיך אנידערגעזעצט אפרוען אויף די בענק און װען דער אװנט איז צוגע־ פאלן, האבן די געדיכטע קאשטנבוימער שוין אײנגעהילט אין זײערע אויסגעשפרײטע שאטנם סוחת פון א נײער צײט... דאם שטילע, רױקע לוקאװ האט מיט א מאל זיך א טרײםל געטאן. פון באד.אלטענע ווינקעלעך ד>א ט זיך געטראגן א געהײמנישפול געזאנג: 99

passage_f60c2b134d078da63e4c8f76