Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 107
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1140

אברהם סאקא ל (סקורקע) מיט 60 יאר צוריק אין יאר 1905, ווען די סאציאל־דעמאקראטן און דער ״בונד״ האבן ארגאניזירט די ארבעטער־באװעגונג אין רוסלאנד און אין פוילן, איז אויך לוקאװנישט געװארן אויסגע־ מיטן. נאך דעם צארם פאלשער אמנעםטיע זענען די ארבעטער ארויס אין די גאסן. מיר זענען געגאנגען פון שטאט אין א דעמאנסטראציע און ארײנמארשירט אין פוילישן קאשטשאל נעבן פאװיאט. פון דארט זענען מיר ארויס אויפן באן־װעג און מײן פרײנד שמילקע גאלדבערג האט געהאלטן א דעװאלוציאנערער רעדע פאר דער מאםע. אברהם סאקא ל אויף צו מארגן האט מען אפגערופן די אמנעםטיע. עס זענען פארגעקומען ארעסטן און אבלאװעס, מען האט איינגעארדנט א געיעג נאך אלע ארבעטער־פארשטײער און סאציאליסטן. ווען עס איז שטילער געווארן האט דער ״בונד״ געשאפן א ״פאמאץ־ בונד״, וועמענס אויפגאבע עס איז געװען צו העלפן ארגאניזירן די ארבעטער און פירן צװישן די םאציאליסטישע פראפאגאנדע. איך, אהדזן פאמעראנץ און אנדערע יוגנט־ לעכע האבן זיך באטייליקט אין דער ארבעט פון דער דאזיקער גרופע. איך געדענק, אז אויף א מאסן־פארזאמלונג אין דער ״װײבערישער שול״ איז ארויסגעטראטן דזשעק 103

passage_09a98a43a72b29115cb05c15