Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 108
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1083

104 ספר לוקא װ םראיאן, װעלכער איז הײנט א מיטגליד אין דער אלטער לוקאװער םאסייטע אין ניו־ יארק. ער איז אויף דעם מיטינג געשיקט געוואח דורך דער צענטראלער פארשטײ־ ערשאפט אין שעדלעץ • אין יאר 1907, װען גאםטמאנם שוך־פאבריק האט זיך אריבערגעטראגן קי ץ לוקאװ, האבן די ארבעטער געשאפן אן אײגענעם פאראיץ, כדי אויםצוקעמפן פאר זיך בעסערע באדינגונגען. בכלל האט די שטאט לוקאװ זיך אנגעהויבן אנטװיקלען. צװישן דער ױגנט האט זיך אויך אנגעהויבן פירן א צױניםטישע ארבעט. עס האט זיך אויך געעפנט א ײדישע ביבליאטעק אויף דער װארשעװער גאם. אויף דער מעזריטשער־גאם איז געשאפן געװארן א שולע פאר ארעמע ײדישע קינדער. איך בין געװארן אן ארײנגײער אין דער ײדישער ביבליאטעק. איך האב א ם ך געלײענט׳ באזונדערם די קלאםישע ליטעראטור. איך האב געהאט א ם ך חברים. פון זיי געדענק איך: זישע בארנשטײן, איטשע הייבלום, חיים מאיר הייבלום, פרץ יצחק דודם, גאדל משה זײפנזידערם, איטשע קעניגםבערג, ירחמיאל לאנדסבערג, שמילקע גאלדבערג, משהלע פעלדמאן, משה הובערמאן, אידל גאד, איטשע־מאיר דער םופר, משה נאטערמאן.

passage_9b501db9f0e3a81d055a78cd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1085-2316

אין יאר 1908 איז געגרינדעט געװארן די ״לײ־און שפאר־קאסע״ אויף דער װארשעװער גאם, װעמענם אויפגאבע עס איז געװען צו העלפן קלײנהענדלער, בעל־ מלאכהם און ארעמע פאמיליעם. אין משך פון עטלעכע יאר האט די קאסע געפירט ױיער א לעבעדיקע און נוצלעכע טעטיקײט. צו יענער צייט האבן עטלעכע בעלי־בתים פון שטאט אנגעהויבן פיר ן א קאמ־ פאניע קעגן דער קינדער־שולע, מיט דער טענר ״אז מען מאכט זײ פאר אפיקורםים. עם איז גערופן געװארן א מיטינג אין א הויז אויפן נײעם װעג, ווו מיר האבן געדארפט באטראכטן די מיטלען קעגן די אטאקע ס אויף דער שולע. פארזיצער פון מיטינג איז געװען בערעלע גאםטמאן. מיט א מאל איז אנגעקומען פאליצײ און זי האט צעטדיבן דעם מיטינג. עס איז אנגעקומען א פאראדענונג צו פארמאכן די שולע. דער לערער איטשע קעניגםבערג איז געבליבן אן ארבעט און אװעק קיין װארשע, חיה שטערן איז אװעק קיץ אמעריקע. ווען מײן פאטער איז געשטארבן, אין יאר 1910, זענען געבליבן די מוטער און 3 יתומים. אויף מיר איז געפאלן די פאראנטװארטלעכקײט צו דערנערן די פאמיליע. מיר האבן באקומען א דערלויבעניש צו פארקויפן צײטונגען און דערפון האבן מיר געצויגן פרנםה. עס איז געקומען די צײט, װען איך האב געדארפט גײן אין רוםישן מיליטער —

passage_7d1ba3c1cd9dd5c769ed4f1e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2318-2744

איך בין אלט געװארן 21 יאר. דינען פאניען האב איך קײן חשק נישט געהאט, האב איך אײנגעפאקט דעם טשעמאדאן און זיך געזעגנט מיט מײן ליבהארציקער משפחה. מיץ אלטע מאמע האט געװײנט. • דאם הארץ זאגט איר, אז זי װעט מיך מער נישט זען. דאם איז געװען אין א זונטיק, דעם 2טן אויגוסט 1913. דעם 25סטן אויגוסט האב איך באטראטן דעם באדן פון מײן נײער הײם אין אמעריקע, ווו איך לעב שוין 51 יאר.

passage_efd6e107e8fb23a783eab468