Original scan
Original memorial-book scan 109
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-864

ש. רובינשטיין, שיקאגא די בונדישע באװעגונג אין לוקאװ שרײבנדיק װעגן בונדישער טעטיקײט אין לוקאװ דערמאנ ט מען זיך אין דעם געזעל־ שאפטלעכן אויפשטײג, װאם איז געװען א רעזולטאט פון דער דערװאכונג פון די ײדישע פאלקסמאסן. נאד אין די יארן 6—1905 האט אין לוקאװ עקזיסטירט א בונדישע געהײמע ארגאניזאציע, װאס האט בעיקר זיך פארנומען מיטן קאמף קעגן צארישן רעזשים, מיטן ארגאניזירן די ײדישע ארבעטער צו פארטײדיקן זײערע אינטערעסן, די טוערס פון יענער צײט האבן כמעט אלע פארלאזט דאס שטעטל און עמיגרירט, בעיקר, אין די פאראײניקטע שטאטן. פון יענער צײט, דער אנהײב פון בונדישער טעטיקײט אין לוקאװ, דערמאנען זיך מיר די נעמען פון די בונדיסטן שמילקע גאלדנבערג, ירחמיאל לאנדםבערג, די ברידער און שװעסטער לאטערמאן, יעקב גאלדגעװיכט. אנדערע נעמען האבן איך פאר־ געסן• איך בין נאך דאן געװען א קינד •

passage_da855fd7cc709febf15abd1c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 866-1556

אין יאר 1913, נאך ן ביילים־פראצעם, איז די בונדישע ״ד י צײט״, װאם איז ארויס אין פעטערבורג, פארשפרייט געװארן אין לוקאװ דורך א ױנג בחורל. מאטל בראנזױל איז געװען זײן נאמען. זײן פאטער, א שניט־םוחר, איז ױנג געשטארבן. דער 13יאריקער מאטל איז איבערגעפארן קײן שעדלעץ, צו זײן פאטערם ברודער, אײדאםוחר. בײ אט דעם פעטע ר האט ער געארבעט אין געשעפט צוזאמע ן מיט נאד אנגעשטעלטע. מאטל האט אנגעהויבן קומען אין בונדישע קרײזן, און דערפאר האט אים דער פעטע ר באזײטיק ט פון דער ארבעט. צוריקגעקומען קײן לוקאװ, איז מאטל געװארן אן אגענ ט פון זינגערם נײמאשינען. דערבײ האט ער זיך פארנומען מיטן פארשפרייטן בונדישע אויסגאבן אין געהײם.

passage_ba435a98cd5429d00557b4a1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1558-2231

אין יאר 1916, בעת די דייטשן זענען שוין געהאט טיף אריינגעדרונגען אין דער רוםישער טעריטאריע, איז לוקאװ פארװאנדלט געװארן אין א װיכטיקער אייזנבאן־נעץ. די דייטשע מאכט האט דארט באשעפטיקט פוילישע און אויך א סך ײדישע ארבעטער. אייד פון אנדערע שטעט, פון ווארשע, לאדזש, פון זשעליכאװ און אנדערע ארומיקע שטעטלעך זענען געקומען יידישע ארבעטער, צווישן וועלכע עס האבן זיך געםונען בונדיסטן. איז טאקע אין אפריל 1916 געשאפן געװארן די בונדישע ארגאניזאציע אין לוקאװ. די חברים מאטל בראנזויל, משה הובערמאן, גרשון פערקא ל פון לאדזש (גע־ שטארבן אין שיקאגא אין יאר 1949), שמואל םעמיאטיצקי פון זשעליכאװ (אומגעקומען 105

passage_d7c06922066c7c6af7db3d33