Original scan
Original memorial-book scan 110
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-440

106 סםר לוקא װ אין װארשעװער געטא ) און מרדכי פערקאל פון לאחוש ואומגעקומען אין לאדזשער געטא ) האבן צוגעגרײט די 1טע מאי־פארזאמלונג אין זאפאװיעניקער װאלד ׳ װ ו עם האבן זיך צונויפגעקליבן בײ ס 6 פערזאן . מיט פאליטישע רעדעם זענען ארויסגעטראטן שאלקע אבראמאװיטש פון שעדלעץ און גרשון זיבער פון װארשע . מיט אט דעם ערשטן אײנגע־ געבענעם מיטינג איז אײגנטלעך אנטשטאנען די לעגאלע בונדישע באװעגונג אין לוקאװ .

passage_db608cd6a217a70d89f7c005
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 442-1902

דער ״בונד״ איז תיכף צוגעטראטן צו א קולטור־געזעלשאפטלעכער און פראפע־ םיאנעלער טעטיקײט. עס איז געװארן אויסגעקליבן א קאמיטעט פון 7 חברים. איד געדענק דעם לאקאל אין הויז פון גוטשע ריבאק א. נ. ״קולטור־פאראײן״. די דײטשע מאכט האט שטארק קאנטראלירט אונדזער קולטור־ארבעט. 6 חדשים האבן מיר געפירט א לעבהאפטע טעטיקײט. עס זענען צוגעקומען א םך מיטגלידער און דער ״בונד״ איז געװארן אן אנגעזעענער כח אין שטאט. שפעטע ר האט די דײטשע מאכט געשלאסן דעם לאקאל׳ און ערשט נא ך 6 װאכן האבן מיר געדונגען א נײעם לאקאל און אים געעפנט א. נ. ״קולטור־ליגע״. אין א לאקאל אויף בראװארנע גאס האבן זיך געפונען די פראפ. פאראײנען פון שנײדער׳ לעדער און בעקער. מיט דער פראפ.־ארבעט האבן אנגעפירט משה הובערמאן מיט די דעלעגאטן פון יעדן פאך. די קולטור־טעטיקײט איז געװארן אנגעפירט דורך מאטל בראנזויל׳ די ברידער פערקאל׳ ײדל אגמאן און מיץ וױיניקײט. עם איז אויך געשאפן געװארן דער ױגנט־בונד׳ װאם איז באשטאנען פון קרײזן פון פאר־ שידענעם עלטער: גאר ױנגע׳ מיטעלע און העכערע. זײ האבן געהאט אן אײגענעם קאמיטעט׳ װאם איז געשטאנען אין פארבינדונג מיטן קאמיטעט פון ״בונד״. דער ױגנט־ בונד פלעגט אראפברענגען פרעלעגענטן פון װארשעװער ״צוקונפט״ װי שלום הערץ׳ ארטור לערמער׳ לאן אלער׳ יעקב צעלעמינםקי א״א. דער קאמיטעט פונעם ױגנט־בונד אין לוקאװ איז באשטאנען פון פאלגנדיקע חברים: הובערמאן׳ מנחם אגמאן׳ אברהם גאלדװירט׳ חנהקע דאנילאק׳ הינדע שפירא.

passage_a9512540310c257a1625fdaa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1904-3046

די פראפעסיאנעלע ארבעט האט געשפילט א װיכטיקע ראל אין דער אנטװיקלונג פון דער ארבעטער־באװעגונג אין לוקאװ. אין רעזולטאט פון שטרײקן זענען בעסער געװארן די באדינגונגען פון די ארבעטער אין אלע פראדוקציע־צװײגן. אין דער זעלבער צײט האבן אויף דער ײדישער גאס אין לוקאװ זיך געשאפן אויך אנדערע פארטײען׳ װי רעכטע און לינקע פ.צ.׳ צױניסטישע און פאלקיסטישע ארגאני־ זאציעס׳ ״מזרחי״, ״השומר הצעיר״ — יעדער פון זיי האט געפירט זײן טעטיקײט אין די אײגענע לאקאלן. פראפ׳־פאראײנען זענען געװען נאר בונדישע׳ הגם אין זיי זענען געװען א סך ארבעטער, װאם האבן געהערט צו אנדערע ריכטונגען. נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה״ װען פוילן איז געװארן אומאפהענגיק׳ האט די לאגע אין די ײדישע פאכן׳ םפעציעל אין דער באקלײד־בדאנזשע, זיך אנגעהויבן סטאבי־ ליזירן, אבער א סך ײדן ביי אונדז אין שטאט זענען געװען אן א פראפעסיע און בכדי צו פארדינען אויפן טאג פרנסה״ האבן זיי זיך גענומען צו נישט־קװאליפיצירטע אדער שװארצע ארבעטן׳ װי טראנספארט, טרעגערײ. עס איז געשאפן געװארן דער טראנספארט־ פאראײן׳ װעמענס טעטיקײט עס איז געװען א שװערע — צוליב קאנקורענץ און קאנפליקטן

passage_31c399b19fecba8f9ad544f4