Original scan
Original memorial-book scan 114
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1321

110 םםר לוקא װ דוקטן פאריעת איינעם, איז מען צוגעטראטן צו דער פארטיילונג, וועלכע איז פארגע־ קומען די װאד פארן יום־טוב שבועות. די פראדוקט ן זענען באשטאנען פון מעל, צוקער, בוימל, מארגארין, קעז און זייף. די פארטיילונג איז פארגעקומען אונטער א געהעריקער קאנטראל און זי איז געווען די סאמע ערלעכסטע. * און נאך אן אינטערעסאנטער עפיזאד: אין 1920 האט אין פוילן געבושעװעט דער אנטיסעמיטישער באנדיטיזם. יעקב גרינבוים, א מנדיםט, פלעגט אמאל צוהעלפן זיץ פאטער בײם איבערפירן פאסאזשירן. אײן מאל, פארנדי ק צוריק פץ זשעלעכאװ, האבן די פוילישע כוליגאנעם אים דערהרגט און צוגענומען דאס פערד־און־װאגן. יעקב ן האט מען געבראכט קײן לוקאװ און מיט דער קבורה האט זיך פארנומען דער /,בונד״. די לוקאװער חברה־קדישא האט אים געוואלט קובר זײן בײם פארקן. דער ״בונד״ האט שארף פראטעסטירט און די חברה־קדישא איז געווען געצװונגען נאכצוגעבן די בונדישע פאדערונגען און געבן דעם פלאץ, װאם דער לװיה־קאמיטעט האט פארלאנגט. בײם אפענעם קבר האבן דעם קרבן מספיד געווען ח״ח פון ,׳בונד״. אין די שפעטערדיקע יארן זענען א ם ד בונדיםט ן זיך צעפארן אין פארשידענע ער־ טער, קײן װארשע און קי ץ אויסלאנד. אלץ איז איבערגעגאנגען אין די הענט פון די קאמוניסטן, מיט וועלכע ע ם האבן אנגעפירט משה שלאכטאוויטש און שלמה זאקאליק. *

passage_875773044fe61709ad24bba9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1323-2442

אין יאר 1928 האט א גרופע געװעזענע אקטױוע בונדיסטן צונויפגערופן א קאנ־ פערענץ פון יידיש־װעלטלעכער קולטור־טוער, צװישן װעלכע עס זענען געװען פארשטײער פון דער ״פאלקס־פארטײ״, לינקע און רעכטע פ.צ., און פארגעלײגט צו עפענען א ײדיש־ װעלטלעכע פאלקסשול דורך דער ציש״א. די ״פאלקס־פארטײ״ און די לינקע פ.צ. האבן גלײד מסכים געװען. די רעכטע פ.צ. האבן נישט געװאלט זײן פארטראטן. צו דער צװײטער זיצונג האט מען די ווידער אײנגעלאדן, אץ דאם מאל האבן זײ מסכים געװען מיטצוארבעטן. מען האט אויך פארבעטן אומפארטײאישע. עס איז געשאפן געװארן א געמײנזאמער שול־קאמיטעט פון פאלגנדיקע פערזאנען! משה ארטמאן, בן־ציון םקורקע, פ. שנײסער, ל. קראמאזש און ש. רובינשטיץ — פון ״בונד״: יצחק און מאיר חיים הײבלום, חיים מאטעס מאנדלבוים און משה צוקערמאן — פון דער ״פאלקס־פארטײ״: מאטל פעלדמאן און ױדל בורשטין — פון די לינקע פ.צ.! משה בארנשטיץ און יעקב ליכטנשטיץ — פון די רעכטע פ.צ.: משה אלי׳ געװערצמאן. ױסף זובראװיטש און יוסף פערגאמענט — פון די אומפארטײאישע. מען האט באשלאסן צו עפענען די שול צום שוליאר 1928—1929, אין םעפטעמבער.

passage_b0253c505f7edb25c4b54902