בפר לוקאוו 111 מען האט געדונגען4 גרויסע זאלן פאר4 קלאסן אויף אגראדאװע גאם, די אוים־■ געמאלן את ארײנגעשטעלט נייע בענק, צוגעפאםטע צו יעדער קלאס. די איינריכטונג איז געפעלן געװארן דעם פוילישן שול־אינספעקטאר, און דאד האט מען געדארפט מאכן אנשטרענגונגען די דערלויבעניש צו באקומען. די פײערלעכע דערעפענונג פון דער ײדיש־װעלטלעכער פאלקםשול אין לוקאװ איז פארגעקומען דעם ערשטן שבת־אװנט אין חודש אויגוםט 1928. צו דער דערעפענונג איז געקומען דער סעקרעטאר פון ציש״א יעקב פאט. עם איז געװען צוגעגרײטא ספע־ ציעלער פראגראם, װאם איז באשטאנען פון מוזיקאלישע שאפונגען אוןא בילדל, אינםצע־ נירט און רעפעטירט פון לײבל קראמאזש. עם איז אויך פארגעקומעןא פײנער באנקעט, אין װעלכן עם האבן זיך באטײליקט בײ200 פערזאן. דאם פארקויפן דעם דערעםענונגס־ באנד צום איבערשנײדן האט ארײנגעבראכט עטלעכע הונדערט זלאטעם.
די שול איז געעפנט געװארן דעם 1טן םעפטעמבער1928 מיט אײן קלאםו אין אנדערן יאר זענען שוין געװען טעטיק3 קלאםן מיט3 לערערםו אין יאר1932 האט די שול פארמאגט4 קלאםן, אבער מיט2 לערערם, צוליבן מאנגל אין געלט. דער שכר־לימוד איז נישט געװען קײן הויכער, מחמת דעם, װאם אין דער ציש״א־שול האבן בעיקר געלערנט די קינדער פון ארעמע פאלקם־מענטשן. די גרעםטע בײשטײערונג פארן אויםהאלטן די שול איז געקומען פון נױ־יארק, פון דער לוקאװער לאנדםמאנשאפט. דערבײ װיל איך באמערקן׳ אז דעם חשובםטן בײשטײער האט צוגעטראגן אלבערט בראון ע״ה• די שול האט אײנגעארדנט פארשידענע אונטערנעמונגען, װאם האבן ארײנגע־ בראכטא געוויםע הכנםה, ווי צב״ש דער מאםקן־באל. עם זענען אויך סארגעקומען דראמאטישע ארויםטריטן מיט אײגענע כוחות. איץ מאל אין חודש פלעגט פארקומעןא קינדער־פארשטעלונג, באזירט אויף די ווערק פון ײדישע שרײבער און די באזוכער האבן אנגעקװאלן פון די רעציטאציעם און פון געזאנג פון די ײדישע קינדער. איך וויל דא אנמערקן די נעמען פון צװײ לערער, וואס האבן זייער גאנצע מי אפגעגעבן די קינדער, באטײליקט זיך אין דער ארבעט פון דער שול סארוואלטוגג און געהאלפן אין אלע קולטור־אונטערנעמונגען. דאס זענען געװען• משה װיגאדזקי, לעבט אין פוילן, און הענעך בוראק, אומגעקומען.
צום םוף דארף מען דערמאנען, אז אין1928 איז אויך געװארן טעטיק די קינדער־ ארגאניזאציע ״םקיף״ (םאציאליםטישער קינדער־פארבאנד), אונטער דער אנסירונג סון דער בונדישער ארגאניזאציע. פון ח׳ לײבל גליקםבערג. דער .םקיף״ אין לוקאװ האט געצײלט40 קינדער מיט אן אײגענעם קאמיטעט. זײ האבן זיך גרופירט אין שול־לאקאל און אויך אין דער קולטור־ליגע אוױי דער אגראדאווע גאם.