Original scan
Original memorial-book scan 117
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1281

ספר לוקאוו 113 האבן אויף פורים געגרײט די שפיל ״מכירת יוםף״, האבן זײ מיר אויד געגעבןא ״ראלע״. איך האב דאן געהאטא סאפראן און פלעג זינגען אלס ״משורר״ בײם חזן. מען קאן זיך פארשטעלן מית גליק, װען איך בין געװארן אן ״אקטיאר״. מיטן עפענען די גאסטמאן־פאבריק אין לוקאװ האט זיך אנגעהויבן אן אויפלע־ בונג צוױשן די ארבעטער. עס האט זיך געשאפן אן אפטײלונג פון ״בונד״, און מיד האבן פארכאפט די לאזונגען װעגן פרײהײט און גלײכהײט, װעגן קאמף קעגן דער צארישער דעספאטיע. איך װערא מיטגליד גון ״בונד״ און אין שטאט קאכט זיך! משה־עקיבאס זון—א רעװאלוציאנער! איך האב געשלונגען די ביכער פון יצחק־דאלעס ביבליאטעק, און בעיקר— מארקסיסטישע און סאציאליסטישע ליטעראטור. באלד אין גיכן שיקט מען מיך קײן ראדזין, ביאלע און מעזריטש ארגאניזירן שטרײקן. אין שטרײק בײ די מעזרי־ טשער בערשטער האב איך מצליח געװען. די ארבעטער האבן געור־נען. אט דער ״זיג״ האט מיר געשאפט אנזען אין די אויגן פון בונדישן קאמיטעט. יעקב בראון און זײן םרוי אבער אויך די פאליציי האט זיך דערוװסט וועגן מיין טעטיקייט. איך האב בא־ קומעןא מעלדונג פון דער פארטיי, אז עמעצער האט געמסרט דעם צן־יאריקן רעווא־ לוציאנער, דעם מלמד משה־עקיבאס זון. איך מוז אומבאדינגט םארלאזן לוקאוו.

passage_5b164aa7b58eec430138aa02
Passage 2normalized OCR · source chars 1283-1529

איך בין אװעק קיץ שעדלעץ. דארט איז דער ״בונד״ געװען זייער אקטיװ. איד בין דארט געװען דער אנפירער פץא שטרייק בײ די שנײדערס. נאך םינף װאכן םוןא שווערן קאמף האבן מיר דעם שטרײק געוװנען. איך באקוםא װארענונג, אז איך

passage_0562c819f7bdea45f5923e7c