Original scan
Original memorial-book scan 118
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1317

114 סםר לוקאװ זאל תיכף אװעק פון שטאט, װײל מען וועט מיד ארעםטירן אויף דער ״בירזשע׳. דעם זעלבן אװנט בין איך שוין אויפן צוג קײן װארשע. אין װארשע האב איך באלד באקומען ארבעט אױ איד בין געװארן דער ארגאניזירער פון די מענער־שנײדער. אין קאמיטעט פון ״בוגד״ האב איד געטראפןא לוקאװער מיטן נאמען ליבער.א מענטש מיטא םך װיםן און זײערא סימפאטישער. מײן דירה אין װארשע איז געװען פארקאנםפירירט. איד האב געהאט בײ זיד אומלעגאלע ליטעראטור איז אויד געװער. אפט איז מיך באפאלןא בענקשאפט צו מײן שטאט לוקאװ. איך האב זיך געמוזט באגנוגע־ נען מיט די גרוםן, װאם לוקאװער חברים האבן מיר געבראכט. איןא שײנעם טאג רופט מען מיך ארוים אין קאמיטעט פץ ״בונד״ און מען גיט מירא באפעל צו פארן רעדן אין... לוקאװ. דער לוקאװער ״בונד״ רופטא מאםן־ מיטינג און זײ פארלאנגעןא רעדנער פון װארשע. דער מיטינג דארף פארקומען אין גרויםן בית־מדרש, און גראד תשעה־באב... װען די קינדער זענען אלט געװארן10—12 יאר, האבן די עלטערן אנגעהויבן זוכן פאר זײא ״תכלית״. מען האט זײ אפגעגעבן אין בעל־מלאכהשע װארשטאטלעך אויף צו לערנען ״דאס פאך״. זײ האבן געארבעט אומזיםטא יאר־צװײ צו 12־13 שעה א טאג. ארעמע טאטע־מאמע האבן געהאפט, אז װען די קינדער װעלן אנהײבן פאר־ דינען, װעט זײער לעבן װערן לײכטער.

passage_b3feb6de51fedaab70404906
Passage 2normalized OCR · source chars 1319-2150

םון די דאזיקע קינדער איז שפעטער אויםגעװאקםן די ארבעטער־ױגנט׳ װאס האט מיט ברען זיך גענומען צו זעלבםטבילדונג און געקעמפט פארא שענער און בעםער לעבן. פון זײ זענען ארויםגעקומען די געשטאלטן, װאס האבן זיך מקריב געװען פאר זײערע נאענטע. חיה הובערמאן(שערמאן) פארמשפט צום טויט 5 טעג האט געדויערט די רײזע פון לובלינער ״זאמעק״ ביז דער פיאטרקאװער צענטראלער טורמע. דרײ מאל זענען מיר געװען פארמשפט צום טויט. דאם איז געװען צוױי יאר נאכן ערשטן װעלט־קריג, װען ם׳איז אויסגעבראכן די פויליש־באלשעװיסטישע מלחמה. אין פוילן האט דעמאלט געהערשט די פאדערעװסקי־רעגירונג. דער צענטראל־ קאמיטעט פון ״בונד״ האט דאן אנגענומעןא באשלוס אויסצושטרעקן די האנט דער רויטער ארמײ. נאטירלעך, זענען נישט אלע פארטײ־חברים געװען אײנשטימיק. אבער װי אזוי קום איד קיק לוקאװ?

passage_5e67aba03c652a8b14370b3b