סםר לוקןזו ו 115 םוף 1912 איז דער לאדזשע ר טעקסטיל־פאראײן ארויסגעגעבן געווארן דורך א פרא־ װאקאטאר, הערש דער הויכער. בעת א גרויסן פאליטישן רעפעראט, װאו איך האב זיך אויך געפונען, זענען ארעסטירט געווארן 96 חברים. ערשט נאך דעם 300־יאריקן יובילײ פון דער רוסישער ראמאנאװ־דינאסטיע, זענען כמעט אלע אמנעסטירט געווארן. אבער מײן װזינונג איז געווען פארשיט. איך האב מער נישט געקענט לעבן אויף מיץ נאמען איך האב געלעבט אױף א פרעמדן פאספארט. נאך דעם גרויסן ארעסט, נאך פרײ װערן אין לאדזש, בין איך אװעק צו מײנע עלטערן אין א קלײן שטעטל. באלד איז אויסגעבראכן די ערשטע װעלט־מלחמה. מיר זענען געווען הינטערן פראנט. לאדזשע איז באלד אפגע־ שניטן געווארן פון דער װעלט. איך בין אװעק קיין װארשע. אין װארשע האב איך באלד געפונען א קאנטאקט מיט דער בונדישער באװעגונג. דער טײייער חבר יוזעף האט מיך געקענט.
אין די ערשטע טעג, װען לאדזש איז אקופירט געװארן פון די דייטשן, האט א גרופע טעקםטיל־ארבעטער זיך געלאזן אין דער װעלט ארײן צו זוכן ארבעט. א טייל פון זײ איז דערגאנגען ביז לוקאו ו און דארט באשעפטיקט געװען בײ דער אײזנבאן. ם׳האט נישט לאנג געדויערט, און זײ האבן ארגאניזירט א בונדישע ארגאניזאציע. װען ם׳האט די דײטשן אנגעהויבן צו גײן בארג־אראפ, האבן די חברים באשלאםן צו גרינדן א פראפע ־ םיאנעלן פאראײן פון דרײ פאכן. • שנײדער, שוםטער און בעקער. דאם איז זײ אנגעקומען גישט לײכט, װײל די חברים זענען נישט געװען פון די פאכן. איז זײ אײנגעפאלן מיך אײנצולאדן צו זײ, װײל זײ האבן געוװםט, אז איך האב אין לאדזשער נאדל־פאראײן געארבעט דרײ יאר אין דער פארװאלטונג, װי אויך אין פארשידענע געביטן פון דער באװעגונג. שפעטע ר בין איך אין װארשע אױפגעפאדערט געװארן פון חבר ױזעף ארײנ ־ צוגיץ ארבעט אין דער גרינדונג־קאמיםיע פון נאדל־פאראײן. װען װארשע איז באזעצט געװארן פון די דייטשן, זענען אין זעלבן פרימארגן ארויםגעהאנגען געוואר ן 17 שילדן פון פראפעםיאנעלע פאראײנען.
ווען די לוקאװער חברים זענען געקומען, האב איך אליין נישט געוואלט באשליסן צו פארן, אן דעם װיסן פון חבר יוזעף. זענען זיי געגאנגן צום חבר יוזעף און ער האט מיר דערלויבט צו פארן. די חברים זענען צוריקגעפארן קיין לוקאװ, צוצוגרײטן פאר מיר א צימער. אין משך פון עטליכע חדשים איז געגרינדעט געווארן דער פאראיין פון דריי פאכן: שניידער, שוםטער און בעקער, דריי פארשידענע קאמיםיעם, אבער מיט אײץ פארװאלמונג. די לוקאװער מײםטערס האבן מיך באיקאטירט, נישט געוואלט צונעמען צו דער ארבעט. האב איך אין םעזאן געמוזט פארן קיין װארשע ארבעטן. די גרעםטע קאמםן האבן מיר געהאט ביי די שוםטער. ביי אײן שוםטער־פאבריקאנט האבן געארבעט 250 ארבעטער. זיי האבן אלע געהערט צו אונזער פאראיץ (די מערםטע םון זיי בונדיםטן. דער שוםטער־פאבריקאנט האט געהײס גאםטמאן. ער האט זײן סאבריק אריבערגעפירט פון װארשע. בעת א שטרײק האט ער דארט דערשאםן זײנס אן ארבעטער. די ארבעטער האבן אים פארמשפט צום טויט. האט ער זיך פארשטעק ט אין א סאס.