Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 117
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1281

ספר לוקאוו 113 האבן אויף פורים געגרײט די שפיל ״מכירת יוסף״, האבן זיי מיר אויד געגעבן א ״ראלע״. איך האב דאן געהאט א סאפראן און פלעג זינגען אלס ״משורר״ בײם חזן. מען קען זיך פארשטעלן מיט גליק, װען איך בין געװארן א ״אקטיאר״. מיטן עפענען די גאסטמאן־פאבריק אין לוקאוו האט זיך אנגעהויבן א אויפלע־ בונג צװישן די ארבעטער. עס האט זיך געשאפן אן אפטײלונג פון ״בונד״, און מיד האבן פארכאפט די לאזונגען װעגן פרײהײט און גלײכהײט, װעגן קאמף קעגן דער צארישער דעספאטיע. איך װער א מיטגליד פון ״בונד״ און אין שטאט קאכט זיך! משה־עקיבאס זון — א רעװאלוציאנער! איך האב געשלונגען די ביכער פון יצחק־דאלעס ביבליאטעק, און בײקער — מארקסיסטישע און סאציאליסטישע ליטעראטור. באלד אין גיכן שיקט מען מיך קײן ראדזין, ביאליע און מעזריטש ארגאניזירן שטרײקן. אין שטרײק בײ די מעזרי־ טשער בערשטער האב איך מצליח געװען. די ארבעטער האבן געור־נען. אט דער ״זיג״ האט מיר געשאפט אנזען אין די אויגן פון בונדישן קאמיטעט. יעקב בראון און זײן םרוי אבער אויך די פאליציי האט זיך דערװוסט װעגן מײן טעטיקײט. איך האב בא־ קומען א מעלדונג פון דער פארטײ, אז עמעצער האט געמסרט דעם צן־יאריקן רעווא־ לוציאנער, דעם מלמד משה־עקיבאס זון. איך מוז אומבאדינגט םארלאזן לוקאוו.

passage_5b164aa7b58eec430138aa02
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1283-1529

איך בין אין אװעק קיץ שעדלעץ. דארט איז דער ״בונד״ געװען זייער אקטיװ. איך בין דארט געװען דער אנפירער פץ א שטרײק בײ די שנײדערס. נאך םינף װאכן םון א שווערן קאמף האבן מיר דעם שטרײק געוװנען. איך באקום א װארענונג, אז איך

passage_0562c819f7bdea45f5923e7c