Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 119
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-874

סםר לוקןזוו 115 םוף1912 איז דער לאדזשער טעקםטיל־פאראיץ אויםגעגעבן געװארן דורךא פרא־ װאקאטאר, הערש דער הויכער. בעתא גרויםן פאליטישן רעפעראט, וװ איך האב זיד אויך געפונען, זענען ארעםטירט געװארן96 חברים. ערשט נאך דעם 300־יאריקן יובילײ פון דער רוםישער ראמאנאװ־דינאםטיע, זענען כמעט אלע אמנעםטירט געװארן. אבער מײן װזינונג איז געװען פארשיט. איך האב מער נישט געקענט לעבן אויף מיץ נאמעןן איך האב געלעבט אױףא פרעמדן פאםפארט. נאכן גרויםן ארעםט, נאכן פרײ װערן אין לאדזש, בין איך אװעק צו מײנע עלטערן איןא קליץ שטעטל. באלד איז אויםגעבראכן די ערשטע װעלט־מלחמה. מיר זענען געװען הינטערן פראנט. לאדזש איז באלד אפגע־ שניטן געװארן פון דער װעלט. איך בין אװעק קײן װארשע. אין װארשע האב איך באלד געפונעןא קאנטאקט מיט דער בוגדישער באװעגונג. דער טײערער חבר יוזעף האט מיך געקענט.

passage_2433aa4b77f7aa92f76df6c8
Passage 2normalized OCR · source chars 876-1944

אין די ערשטע טעג, װען לאדזש איז אקופירט געװארן פון די דייטשן, האטא גרופע טעקםטיל־ארבעטער זיך געלאזן אין דער װעלט ארײן צו זוכן ארבעט.א טײל פון זײ איז דערגאנגען ביז לוקאוו און דארט באשעפטיקט געװען בײ דער אײזנבאן. ם׳האט נישט לאנג געדויערט, און זײ האבן ארגאניזירטא בונדישע ארגאניזאציע. װען ם׳האט די דײטשן אנגעהויבן צו גײן בארג־אראפ, האבן די חברים באשלאםן צו גרינדןא פראפע־ םיאנעלן פאראײן פון דרײ פאכן.• שנײדער, שוםטער און בעקער. דאם איז זײ אנגעקומען גישט לײכט, װײל די חברים זענען נישט געװען פון די פאכן. איז זײ אײנגעפאלן מיך אײנצולאדן צו זײ, וױיל זײ האבן געוװםט, אז איך האב אין לאדזשער נאדל־פאראײן געארבעט דרײ יאר אין דער פארװאלטונג, װי אויך אין פארשידענע געביטן פון דער באװעגונג. שפעטער בין איך אין װארשע אױפגעפאדערט געװארן פון חבר ױזעף ארײנ־ צוגיץ ארבעטן אין דער גרינדונג־קאמיםיע פון נאדל־פאראײן. װען װארשע איז באזעצט געװארן פון די דייטשן, זענען אין זעלבן פרימארגן ארויםגעהאנגען געווארן 17 שילדן פון פראפעםיאנעלע פאראײנען.

passage_e87a990dfb25a8dbf319273b
Passage 3normalized OCR · source chars 1946-2954

ווען די לוקאװער חברים זענען געקומען, האב איך אליין נישט געװאלט באשליםן צו פארן, אן דעם װיםן פון חבר ױזעף. זענען זײ געגאנגען צום חבר יוזעף און ער האט מיר דערלויבט צו פארן. די חברים זענען צוריקגעפארן קײן לוקאװ, צוצוגרײטן פאר מיר א צימער. אין משך פון עטלעכע חדשים איז געגרינדעט געװארן דער פאראיין פון דריי פאכן: שניידער, שוםטער און בעקער, דרײ פארשידענע קאמיםיעם, אבער מיט איץ פארװאלמונג. די לוקאװער מײםטערס האבן מיך באיקאטירט, נישט געװאלט צונעמען צו דער ארבעט. האב איך אין םעזאן געמוזט פארן קײן װארשע ארבעטן. די גרעםטע קאמםן האבן מיר געהאט בײ די שוםטער. בײ אײן שוםטער־פאבריקאנט האבן געארבעט 250 ארבעטער. זײ האבן אלע געהערט צו אונחער פאראיץ( די מערםטע םון זײ בונדיםטן. דער שוםטער־פאבריקאנט האט געהײסן גאםטמאן. ער האט זיץ סאבריק אריבערגעפירט פון װארשע. בעתא שטרײק האט ער דארט דערשאםן זײנם אן ארבע־ טער. די ארבעטער האבן אים פארמשפט צום טויט. האט ער זיך פארשטעקט איןא סאס.

passage_7ad9ce731d6bfea0ae3e6e75