םסר לויןאו ו 117 די חברים זענען אװעק, בלויז דער חבר הובערמאן איז פארבליבן. מיר האבן נאך לאנג גערעדט• דעם זעלבן פרייטיק בייגאכט, ארום 11 א זײגער, הערן מיר שװערע טריט אויף די שטיגן, און באלד — שטארקע קלעפ אין דער טיר. עס קומען ארײן דער שטאט־ קאמענדאנט לאפוטסקי מיט 10 סאלדאטן און הײבן אן מאכן א רעװיזיע. דער חבר הובערמאן האט זיך געמוזט שטעלן צו דער װאנ ט און נישט רעח. דאס ערשטע זוכן די אין בעט. איך מאך א פרײלעכע מינע, נאר אינעװײניק האב איך געפילט, װי אלץ דרייט זיך אין מיר איבער. איך האב זײ געפרעגט מיט א געמאכט שמײכל, צי מעג איך העלפן אראפנעמען פון בעט דאס בעטגעװאנט. האבן זײ געזאגט, אז זײ אײלן זיך נישט, זײ האבן א גאנצע נאכט צו זוכן. בײם ארונטערנעמען פון בעט, האב איך געטראכט, איצט הענגט אונדזער לעבן אויף א האר... דאם זוכן אין בעט איז גוט אדורך. ם׳איז שװער מיט װערטער איבערצוגעבן, װאם איך האב אין די פאר מינוט איבערגעלעבט. משה הובערמאן
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-976
passage_f2bed6c33ecb92a74214a669
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 978-1491
שפעט ביינאכט זענען מיר געפירט געװארן אין פאליציי־הויז. מיר האבן שוין דארט געטראפן די איבעריקע חברים פון בונדישן קאמיטעט. אײן חבר איז געלונגען זיך צו באהאלטן. אנדערע דרײ זענען צוגעצויגן געװארן צו אונדזער גרופע. אין דעם זענען מיר אלע אפגעפירט געװארן צו דער לובלינער באן־ליניע. אין וועג האב איך נאך באװיזן אונטערצװארפן א בריװעלע פאר א מוטער פון די ארעסטירטע — *מען זאל שנעל גיין וואשן מיץ געלעגער׳*... ם׳האבן אונדז באגלייט 3 פאליציאנטן. זיי האבן
passage_6aba1b2bc72cc3fe8d9f23c6