Original scan
Original memorial-book scan 122
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-882

118 םםר לוקאװ מיך דיער באדויערט אװ גערעדט צו מיר: *שקאדא, טא מלאדא פאניענקא׳ (א שאד, דאם איזא ױנגע םריילין). אין באן האב איך אויםגענוצט זייער מיטלײד אח זײ געבעטן ארויםקוקן פון װאגאן. איך האב שנעל ארויםגעװארפן נאך עטלעכע קלײניקײטן, װאם האבן געקענט באשװערן אונדזער משפט. זײ האבן דאם מםתמא באמערקט און געשװיגן. אין װעג זענען צוגעקומען נאך פיל פאליטישע ארעםטאנטן. נאך5 שעה רײזע זענען מיר אנגע־ קומען קײן לובלין. די פאליאקן, װאם האבן זיך געזאמלט אויפן װאקזאל, האבן געשריגן: ״מען דארף זײ אלע אויםהרגענען, די ײדישע באלשעװיקעם״... פון דער באן ביזן זאמעק זענען מיר באווארפן געװארן מיט שטיינער. אײניקע פון אונדז זענען געװאח פארוװנדעט. מיר זעגען שוין געװען גליקלעך ארײנצוקומען אין זאמעק. דאם איז געװען זײער אן אלטער טורמע־שלאם, מיט װענט פץ צװיי אוןא האלבן מעטער די דיק.

passage_2056fe0e59ab8ba0b9a25241
Passage 2normalized OCR · source chars 884-2076

די מענער האט מען אװעקגענומען באזונדער׳ אבער מיר איז אויםגעפאלן זײער שװער. איך בין געװען אײן פאליטישע ארעםטירטע איןא צעלע מיט15 באנדיטקעם און6 אנדערע אונטערװעלט־פרויען. איך האב זיך געפילט פארלוירן. נאך עטלעכע טעג לײדן, האב איך געבעטן בײ דער שליםערין מיך איבערצופירן אלײן איןא צעלע. דער טורמע־דירעקטאר איז געקומען און מיר געזאגט, אז אלע צעלעם זענען איבערגעפאקט. איך מוז דא בלײבן. ם׳איז מיר ליבער געװען דער טויט, װי דא צו בלײבן, מיט די עלע־ מענטן. האב איך באשלאםן צו פירןא הונגער־שטרײק. נאך צװײ טעג נישט עםן, איז ארײנגעקומעןא טורמע־װעכטער און מיך געהייםן נעמען מיינע זאכן. ער האט מיך ארײנגעפירט איןא קלײנער צעלע, וװ עם איז געזעםן אײן פרוי. זי האט געמאכטא גוטן אײנדרוק. אויפן אנדערן טאג׳ װען מיר האבן שפאצירט אויפן הויף, זענען צוגעקימען צו מיר צװיי באנדיטקעם און מיר געזאגט: ״זעםט, האםט נישט געװאלט מיט אונדז זײן, האט מען דיך אריינגעזעצט מיטא מערדערין, װאם האט פאר20 זלאטעם דערהרגעטא מענטש און אים צעשניטן אויף3 שטיקלעך. זי איז פארמשפט צום הענגען״... ם׳האט זיך ארויםגעוויזן, אז ם׳איז אמת; מיר איז וױדער נישט פריילעך געווארן.

passage_65c2de2c22e88280a21b53d9
Passage 3normalized OCR · source chars 2078-2992

איך האב ביי נאכט נישט געקענט שלאפן. איך האב ווידער געבעטן מיר צו טוישן ד־ צעלע. איך האב זיך געמאלדן פאר קראנק.א שליםערין האט מיך געפירט צום דאקטער. איך האב דעם דאקטער דערקלערט די םיבה פון מיץ נערװעזיטעט. דער דאקטער האט מיר געגעבן עפעם צו בארויקן און מיר צוגעזאגט ארויםצונעמען פון דער צעלע. אויפן צוױיטן טאג איז געקומעןא טורמע־װעכטער און מיך ארײנגעפירט איןא שײנער צעלע, צוזאמען מיט שפיאנאזש־פארדעכטיקע. אין דער געזעלשאפט האב איך זיך זײער גוט געפילט. דא איז געװען אינטערעםאנטער. צוױשן די פרויען זענען געווען טענצערינס און ארטיםטינס פון פארשידענע לענדער; איטאליענערינם, עםטרײכערינם, זייער אינטעליגענטע פרויען. די זענען בלויז געשטאנען אונטערא פארדאכט: זדיניקע פון זײ זענען געװען םאלאן־קורטיזאנעם. די האבן מיך געהאלטן פארא נאױו קינד. די צייט איז דערװײל געלאפן. נאך6 װאכן האבן מיר באמערקטא שטארקע

passage_c5440bd6155698273ab9ad0c