Original scan
Original memorial-book scan 123
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1123

סםר לוקא װ 119 באװעגונג אין הויף פון טורמע. ם׳איז געװען פרײטיק. אונדזע ר צעל איז געװען אין דער נידער, נעבן דער טורמע־קאנצעלאריע. מיר האבן גלײך באמערקט, אז עפעס איז נישט נארמאל. די לוקאװער חברים האבן אראפגעשריגן, אז ס׳קען זײן מען זאל אונדז באפרײען. איך האב זײ געענטפערט, זײ זאלן זיך נישט אײנרעדן. אי ץ חב ר אונדזערער איז באפרײט געװארן, ער איז געװען קראנק. זײן רײכער טאטע האט אײנגעלײגט פאר אים קויציע. פון מײן צעל האט מען אלע פרויען ארויסגענומען. פאר נאכט זענען ארײנגעקומען די טורמע־װעכטער און געהײסן זיך צוגרײטן. איך האב פארשטאנען, אז מיר װע ח עװאקוירט. די רויטע ארמײ איז שוין געװען נישט װײט. פרײטיק 12 בײנאכט זענע ן מיר ארויםגעפירט געװארן אויף א פלאץ, נישט װײט פון זאמעק. עס זענע ן ארויסגעפירט געווארן 500 ארעסטאנטן — 300 פאליטישע, 200 קרימינעלע ן די לעצטע האבן אוים־ גענוצט די געלעגנהײט, אראפגעצויגן די קײטן פון די הענט א ץ פיל זענע ן אנטלאפן. מ׳האט די נאכגעשאסן. אײניקע זענע ן געפאלן. ם׳איז געװען א שרעקלעכ ע פאניק. די פאליטישע האבן מארשירט די ערשטע. ארום זײ — פערד־פאליצײ. די קרימי ־

passage_47366f46025f5d1dd001623e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1125-1651

נעלע — הינטן. די לעצטע זענען געווען די פרויען, און איך — צווישן זיי. איך האב נישט געגלייבט מיר זאלן ארוים לעבעדיק פון דאנען. שפעטער ביינאכט האבן מיר געהערט א באפעל צו גיין. מיר זענען געטרעטן איבער געפעק, איבער מענטשן. מיר האט זיך געדאכט, אז איך טרעט איבער די קערפערם פון מיינע חברים. ענדלעך זענען מיר געקו־ מען אויפן װאקזאל. עס האבן געװארט פערד־װאגאנעס, די פענצטער באשלאגן מיט אײזערנע שטאבעס. מיר האבן זיך צונויפגעפאקט אויף די שמוציקע ברעטער. די באן האט גערירט.

passage_636c588b583167e0c8ee4ade
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1653-2912

ארום 4 פארטאג זענען מיר געקומען אויף דער כעלמער באן־סטאציע. די טיר האט זיך געעפנט. טורמע־װעכטער מיט לאמטערנעס האבן אריינגעשטופט א יונגע פרוי אין װאגאן. איך האב געמאכט פלאץ נעבן מיר. דאס איז געווען א יונגע לערערין פון א בונדישער שול. מיר זענען ביידע געווען צופרידן זיך צוזאמענצוטרעפן. מיר האבן גערעדט זייער שטיל. די כעלמער טורמע איז שוין געווען עװאקוירט. די רויטע ארמײ איז שנעל פארויסגעגאנגען. דערװייל האבן מיר געהערט מענער־שטימען, װי זיי רעדן צװישן זיך, אז די מוזן אפרייניקן די פאליטישע, װעלן זיי קענען טאן װאס זיי װילן. די חברטע האט זיך זייער איבערגעשראקן. איך האב איר פארשטעלט דאס מויל, זי זאל נישט שרייען און צו איר געזאגט, אז מיר זאלן אויסטאן די שיך און זיך איבעררוקן ביזן עק וואגאן, אפשר װעלן מיר זי קעגן ראטעװען. װי די זשאבעס זענען מיר געקראכן אויף אלע פיר, קײנער זאל אונז נישט באמערקן. מיר האבן דערהערט װי מען זעגט די שטאבעס אין װאגאן פאר אונז; װי מען שפרינגט אראפ. און גלײך — א שיסערײ פון די דעכער. עס איז געווארן אן אליארם. צו מארגנס זענען מיר אנגעקומען אויף דער סטאציע אין ראדאם. אבער די ראדא־ מער טורמע האט אונז אויך נישט געוואלט אויפנעמען. אומעטום איז שוין געווען עװא־

passage_578a3f7e79c7b0a74e9ee528