Original scan
Original memorial-book scan 124
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-449

120 סםר לוקאװ קוירט. עםן האבן מיר באקומען אײן מאלא םאג:א םערטל פוןא ברויםל, מיטא האלבן געװענדזלטן הערינגז אן קיץ ביםל װאסער. די לופט איז געװען שרעקלעד פארדומפן. אויפן דריטן טאג זענען מיר אנגעקומען קײן קעלץ, די קעלצער טורמע, האבן מיר געוװםט, שטײט אין װאםער. פון דער טורמע איז קײן געזונטער נישט ארוים. דא איז די כעלמער חברטע באפרײט געװארן אויף קויציעא דאנק דער בונדישער ארגאניזאציע,

passage_d4bde6f35fa7e5d75bf94898
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 451-1769

קעלץ האט אונדז ארויסגענומען, אין װאגאן צװישן די פאליטישע ארעסטאנטן מאגטן האט זיך געפונען א גלח. ער האט זיך גערופן פארטונײ. ער האט אלץ דערשמעקט בײ די טורמע־װעכטער, װאם האבן אים דערלויבט צו גײן אין א צװײטן װאגאן, מײנע לוקאװער חברים האבן אים געבעטן ער זאל ארײנגײן אין פרויען־װאגאן און זען װאם איז דארט. בײ א קלײנעם םטאציע איז ער ארײנגעקומען און מיד צוגערופן אץ א װינקל. ער האט מיר געברענגט עפעס צו עסן און האט מיר איבערגעגעבן, אז אזוי װי קײן טורמע װיל אונדז נישט נעמען, האט די טורמע־אדמיניםטראצי באשלאםן אונדז צו ליקװידירן. אנדערע לײגן פאר, מען זאל אונדז פירן ביז דער טשעגםטאכאװער באן־ סטאציע. אפשר װעט מען אונדז דארט נעמען. ער האט מיר געזאגט, כ׳זאל דערװײל שװײגן. דער גלח איז ארויס • איך בין געבליבן שטײן בײם קראטן־פענצטערל און געקוקט אין פעלד אריץ • איך האב זיך שוין פארגעשטעלט׳ װי אין אט דעם פעלד װעלן זיי אוים־ שיםן די 500 ארעסטאנטן . אויפן פינפטן טאג, ארום 7 פרי׳ זענען מיר אנגעקומען אויפן טשענםטאכאװער באן־םטאציע. די פוילישע באן־ארבעטער האבן אונדז באװארפן מיט שטיינער, זיי האבן געשריגן) ״מושימי זאביטש זשידאװסקיד באלשעװיקוװ!״.. . (מיר מוזן דערהרגענען די ײדישע באלשעװיקעם). מיר האבן זיך אויסגעצויגן אויף דער ערד, אונטערן האגל פון די שטײנער.

passage_fd628ec8cad928f35ebcca4d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1771-2941

די לעצטע טורמע האט אונדז נישט געוואלט נעמעז • איך בין געווען צוגעשמידט צום פענצטער און געװארט אויף די לעצטע מינוטן . עס איז שוין געווען טיף אין דער נאכט, איז דער גלח װידער געקומען מיט גוטע נײעם . זײ האבן טעלעפאנירט אין דער פיאטרקאװער תפיםה און דער דארטיקער נאטשאלניק האט געהײסן ברענגען די ארעםטירטע. אויפן זעקםטן טאג, אין דער פרי, זענען מיר אנגעקומען אויפן פיאטרקאװער באן־םטאציע. איך האב פון װאגאן נישט געקענט ארונטערגײן . מען האט מיד אראפגעפירט אונטער די הענט . צענדליקער מענטשן, יידן און קריםטן, האבן געבראכט עמערס הײמע מילך און קאװע, מיר האבן זיך אלץ נישט געגלײבט . נעכטן זענען מיר באװארפן געװארן מיט שטײנער, מיט אויסגעשרײען אונדז צו טויטן, הײנט — אזא הארציקע, ברידערלעכע באציונג! דער עיקר צו די פאליטישע ארעםטאנטן, מיר האבן אויך געבעטן פאר די קרימינעלע, דעם גאנצן װעג, ביז דער תפיםד״ זענען מיר באװארפן געװארן נישט מיט קיץ שטײנער, נאר מיט פעקעלעך גוטע זאכן • איך בין געווען אײן פאליטישע׳ ביז איך באװארפן געװארן מיט בלומען, שאקאלאד, קוכן . ביז דער גאס ביס־ קופםקע 24 זענען מיר באגלײט געװארן דורך הונדערטער מענטשן .

passage_c84afe36bca0581165d2093f