Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 121
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-976

םסר לויןאוו 117 די חברים זענען אװעק׳ בלויז דער חבר הובערמאן איז פארבליבן. מיר האבן נאד לאנג גערעדט• דעם זעלבן פרײטיק בייגאכט, ארום11א זײגער, הערן מיר שװערע טריט אויף די שטיגן, און באלד— שטארקע קלעפ אין דער טיר. עס קומען ארײן דער שטאט־ קאמענדאנט לאפוטסקי מיט10 םאלדאטן און הײבן אן מאכןא רעװיזיע. דער חבר הובערמאן האט זיך געמוזט שטעלן צו דער װאנט און נישט רעח. דאס ערשטע זוכן די אין בעט. איך מאךא פרײלעכע מינע׳ נאר אינעװײניק האב איך געפילט, װי אלץ דרײט זיך אין מיר איבער. איך האב זײ געפרעגט מיטא געמאכטן שמײכלו צי מעג איד העלפן אראפנעמען פון בעט דאס בעטגעװאנט. האבן זײ געזאגט, אז זײ אײלן זיך נישט׳ זײ האבןא גאנצע נאכט צו זוכן. בײם ארונטערנעמען פון בעט, האב איך געטראכטו איצט הענגט אונדזער לעבן אויףא האר... דאם זוכן אין בעט איז גוט אדורך. ם׳איז שװער מיט װערטער איבערצוגעבן, װאם איך האב אין די פאר מיגוט איבערגעלעבט. משה הובערמאן

passage_f2bed6c33ecb92a74214a669
Passage 2normalized OCR · source chars 978-1491

שפעט ביינאכט זענען מיר געפירט געװארן אין פאליציי־הויז. מיר האבן שוין דארט געטראפן די איבעריקע חברים פון בונדישן קאמיטעט. אײן חבר איז געלונגען זיך צו באהאלטן. אנדערע דרײ זענען צוגעצויגן געװארן צו אונדזער גרופע. אין דער םרי זענען מיר אלע אפגעפירט געװארן צו דער לובלינער באן־ליניע. אין וועג האב איך נאך באװיזן אונטערצװוארפןא בריװעלע פארא מוטער פון די ארעםטירטע— *מען זאל שנעל גיין וואשן מיץ געלעגער׳*... ם׳האבן אונדז באגלייט3 פאליציאנטן. זיי האבן

passage_6aba1b2bc72cc3fe8d9f23c6