Original scan
Original memorial-book scan 127
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1055

ספר לוקאו ו 123 עס געלײענט אויף די פלאקאטן. צום גליק, האבן זיי נישט געװוסט װוהין מען האט אונדז פארשלעפט. אראפקומענדיק פון דער באן אין לוקאװ, האבן מיר די שטאט נישט דערקענט. ם׳האט אויסגעזען, װי נאך א פאגראם. מ׳האט נישט געזען קײן יונגן מענטש. אלע ארגאניזירטע ארבעטער זענע ן צעטריבן געװארן. די לאקאלן — פארקלאפט מיט ברעטער. אין מיק צימער האט שוין געװוינט א פאליאק. די רויטע ארמײ איז אין לוקאװ געװען 15 טעג. די ײדישע ױגנ ט הא ט געגלײבט, אז זי װעט שוין בלײבן. זיי זענע ן געװען דיע ר נאיװ׳ און א ם ך האבן דערפאר באצאלט מיט זייערע לעבנס. משה פעלצמאן דער פראפפארײן אין לוקאװ אין יאר 1918, װען לוקאװ, װי גאנץ פוילן, איז געװארן באפרײט פון דײטשן אקי־ פאנט און ם׳איז אנטשטאנען דאם אומאפהענגיקע פוילן, האבן די לוקאװער ײדישע שנײדערס און שוםטערס גענומען ארבעטן מיטן גאנצן ברען. זיי האבן געדארפט דעריאגן די 4 יאר לײדיקגײן. די באפעלקערונג איז געװען אפגעריסן און בארװעס. די בעלי־בתי ם און די ארבעטער האבן געארבעט פון באגינען ביז 12 ביי נאכט.

passage_51e2b88ca927718fb9b847d4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1057-2170

צודי לוקאװער ארבעטער איז דערגאנגן די נייעם פון די ארומיקע שטעט׳ אז די ארבעטער ארגאניזירן זיך אומעטום׳ כדי אויסצובעסערן זייערע באדינגונגען. די געגריוועטע שוםטערס פון גאםטמאנם פאבריק (זיי האבן געהאט דערםארונג נאך פון ״פינםטן יאר׳) און די שניידערם פון יאלקען מיט בנימעלע בראש׳ האבן אנגעהויבן ארגאניזירן *י' ארבעטער. צונויפגעקומען איז מען זיך אין פריוואטע שטובן׳ כדי די מײםטערם זאלן נישט געוואר ווערן. מען האט אנגעהויבן רעדן וועגן ארויסגיץ אין שטרייק פאר בעסערע באדינגונגען. עס דויערט נישט לאנג׳ און עם ברעכן טאקע אויס די ערשטע שטרייקן אין געװיסע װארשטאטן. אין 1920 שאפן די לוקאװער שנײדערם און שוםטערם דעם ערשטן לעגאלן פראםםאר־ איץ און אין משך פון א קורצער צײט געפינען זיך שוין אלע םאבריק און װארשטאטן אונטער דער קאנטראל פונעם פראפפאראיץ. דער פראפפאראיץ שםעלט ארויס פאדער־ רועען צו די בעלי־בתים פאר א ן א־שעהדיקן ארבעטםםאג׳ םאר א העכערונג םון די לוינען. עם ברעכן אויס שטרייקן אין גאגצע פאכן׳ און צום ערשטן מאל אין לוקאװ דערשלאגן זיך די ארבעטער צו א ן 8־שעהדיקן ארבעטםטאג.

passage_e20f5824524d8ef2a3720a94