Original scan
Original memorial-book scan 128
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-973

124 םפר לוקא װ משה הובערמאן איז געװען דער ערשטע ר פונקציאנאר פון פראפפאראײן. ער האט די ארבעט געםירט מיט א םדחכמה און טאקט. אין גיכן הײבט אן דער פראפפאראיץ צו פירן א קולטור־ארבעט. בײם פאראײן װערט געשאפן א דראמקרײז, װאם פירט אויף טעאטער־פארשטעלונגען מיט גרויס דערפאלג. דער דראמקרײז װײזט זײנע פארשטעלונגען אויך אין די ארומיקע שטעט. די הכנסה גײט אויף שאפן א ביבליאטעק בײם פאראײן. אין פאראײן הענגט אונטער דעם בילד פון קארל מארקס זײן לאזונג ״װיסן איז מאכט״. דער װיכטיקסטער קװאל פון װיסן פארן ײדישן ױגנטלעכן איז דאם יידישע בוך. לײגן טאקע די אקטיװיסטן ארײן אלע זײערע כוחות אײנצושאפן א ביסל ביכער. מיט א באזונדערער איבערגעגעבנקײט ארבעט אין דער ריכטונג שיע־װעלװל צוקערמאן. בײם פאראײן װערן געשאפן קרײזלעך אויף צו דערלערנען דעם א״ב פון מארק־ םיזם. אין די שבתים װערן אײנגעארדנט קעסטל־אװנטן. דער ״לאקאל״ פון פאראײן איז צו ענג אויף ארומצונעמען די גאנצע טעטיקײט.

passage_878a4076e0dc96c1e596be06
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 975-2180

בעת דער גרינדונג איז דער פראפפאראײן געװען אונטער דער אנפירונג פון ״קאמ־ בינד״. שפעטער איז ער ארונטער אונטערן אײנפלוּם פון די ״רויטע״. די פאליצײ האט אנגעהויבן שיקאנירן דעם פאראײן. אין א זומעראװנט װערט דער פאראײן ארומגערינגלט דורך דער פאליצײ. אלע אנװעזנדיקע װערן פארהאלטן און װי פארברעכער װערן זיי אפגעפירט אין ארעסט. צװישן זיי איז אויך געװען דער פאראײנם־פונקציאנער שעפםל בעריש. אין א קורצער צײט ארום איז ער געװארן דערמארדעט דורך דער דעפענםיװע. דער לאנגיאריקער פארזיצער פון נאדל־פאראײן, בנימעלע שילדקרויט׳ און דער אלטער בן־ציון לאנדםבערג לייגן ארײן א םך ענערגיע, אז דער פאראײן זאל װערן צוריק געעפנט. דער לאקאל פון פראפפאראײן איז געװען דאם אײנציקע ארט׳ װו די לינק־געשטימטע ארבעטער האבן אין די אװנטן געקענט ארײנקומען, רעדן װעגן ארבעטס־ענינים, שמועסן איבער פאליטיק און אויך נעמען א בוך צום לײענען. צו די װאלן אין שטאטראט האט דער פראפפאראײן ארויסגעשטעלט אן אײגענע ליםטע. די ערשטע צוױי קאנדידאטן זענע ן געװען שלמה זאקאליק און משה שלאכטא־ װיטש — ביידע קאמוניסטן. די ליסטע פירט אדורך איץ מאנדאט • נישט לאנג נאך דער פילםודםקי־איבערקערעניש הײבן זיך אן ארעסטן אין שטאט.

passage_58c95bba7702477f3e406d14
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2182-2788

מען ארעםטיר ט ד י פירע ר פו ן פאראי ץ מיט ן ראטמא ן שלמ ה זאקאליק . ד י פאליצי י בא־ פאלט דע ם לאקא ל פו ן פאראײ ן או ן פיר ט דאר ט אדור ך א ן אמת ן פאגראם . ד י ביכע ר פו ן ביבליאטעק װער ן געשלײדער ט פו ן צוױיט ן שטא ק אויפ ן ברו ק אראפ . דע ר פאראיץ־לאקא ל װערט פארחתמעט • נאך עטלעכ ע מאנאט ן עפענע ן ד י לוקאװע ר ארבעטע ר זײע ר נײע ם פראפפאראײן . נא ך א ס ך אינטערװענצ ן (בײ ם רעפערענ ט נאװאצקי , א פארביסענע ר אנטיםעמיט ) פו ן אלט ן פארזיצער פו ן ד י לעדער־ארבעטע ר לאנדםבער ג או ן דע ם דעמאלטיק ן פארזיצע ר פו ן ד י נאדל־ארבעטער, דע ר שרײבע ר פו ן ד י שורו ת — װער ן צורי ק אפגעגעב ן ד י ביכע ר פו ן

passage_939544d0d5e00e56318106d1