Original scan
Original memorial-book scan 129
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1317

םםר לוקןןװ 125 דער ארבעטער־ביבליאטעק. די ביכער קומען צוריק איןא שרעקלעכן צושטןזנד. דער פאראיץ פירט אדורך פארשידענע א־נטערנעמונגען׳ װעמענס הכנםה עס גײט אויף אײנקויפן נײע ביכער. דער כראנישער עקאנאמישער קריזים אין פוילן האט אויך שטארק געטראפן אונדזער שטאט. גאםטמאן האט געשלאםן די פאבריק. אין אלע פאכן הערשטא גרויסע ארבעטס־ ייאזיקײט און דער גרעםטער טײל לוקאװער ארבעטער זוכן ארבעט אין די גרעסערע שטעט. אויך דער פאליצײאישער טעראר האט אפגעשװאכט די ארבעט פון פאראיץ. משה גאטעסדינער דערמאנונגען פוןא לוקאװער געװידמעט מײגע עלטערן, די קדושים יצחק״אײזיק און דװאשע דאם פאליטישע און קולטור־לעבן בײ די ײדן אין לוקאװ האטא פנים אנגעהויבן זיך פארמירן אין סוף 19טן יארהונדערט.א באװײז קאן מען זען דערין, װאס די ביכער אין דער ביבליאטעק, װאס איז אפיציעל געגרינדעט געװארן אין יאר 1916, זענען געװען געל פון אלטקײט. עם איזא פאקט, אז אין יאר1905 איז אין לוקאװ פארגעקומעןא גרויםע רעװאלוציאנערע דעמאנסטראציע מיט דער באטײליקונג םץ א ריי יידישע חברים. דער מארש איז אװעק צום פוילישן קאשטשאל און צו דער פאװיאטאװער נאטשאלםטװע מיט רעװאלוציאנערע לידער. די פאליציי האט זײ צעטריבן און אדורכגעפירט ארעםטן, אבער מען האט געפילט, אז ערגעץ בחדרי חדרי- קומט פארא קאנספיראטױוע ארבעט.

passage_4a456551e7aecea3e9e0049b
Passage 2normalized OCR · source chars 1319-1995

מיר, דאן נאך קלײנע חדר־ײנגלעך, האבן נישט געקענט פארשטײן, םאר װאם גראד אין דער ״טשאיניע״, וװ מען נעמט שבת הײם װאםער, דרײען זיך אריץ און ארוים בחורים מיט ביכלעך, פארשטעקטע הינטער די פאלעם. אין די שפעטערדיקע יארן האב איך זיך דערוװםט, אז אין יענער ״טשאיניע״, וװא גאנצע װאך האט מען פארקויפט הײװן צו ראשטשינעם אץ אויף שבת האט מען געשטעלט טשאלנט (אויף דער װארשעװער גאם, אנטקעגן דער פוילישער אפטײק), איז געװען דער ״גענעראל־ שטאב״ פון דער רעװאלוציאנערער ױגנט. די ױגנט האט געשלונגען די ביכער אץ בראשורן און סץ די בחורים אץ מײדלעך זענען אויסגעװאקםןא םך קולםור־טוער אץ פאליטישע אקטיװיםטן. װעלט־

passage_e31d52a888703074580e4777