סםר לוקאו ו 9 שבט הא ב אי ך געזע ן אי ן ד י זאמד ן א זעקס״זיב ן קילאמעטע ר פו ן לוקאװ , אויפן וועג קיי ן ראדזין . ד א האב ן ד י דייטש ן אומגעבראכ ט טויזנטע ר או ן טויזנטער ייד ן סי י פו ן לוקאו ו גופ א או ן סי י פו ן אנדער ע שטע ט או ן דערפער , פון וואנע ן ייד ן זענע ן געטריב ן געװארן . ווארע ם פונק ט וו י אי ן דע ר פאר ־ גאנגענהײט אי ז לוקאו ו געווע ן א צענטראלע ר פונק ט פא ר געשעענישן , ^דע ר וװ געשעעניש ן האב ן זי ך אראפגעגאס ן פו ן היסטאריש ע ווייטקייטו , אזו י אי ז אויך ד י יידיש ע קהיל ה לוקאו ו געוואר ן א צענטע ר פא ר מוראדיק ע הריגו ת און פיינע ן ניש ט בלוי ז פא ר ד י ייד ן פו ן לוקאוו , נא ר פא ר א ס ך זןנדער ע יידישע שטעט , שטעטלע ך או ן דערפער .
ס׳איז נישט פאר מענטשלעכע חושי ם צו פארנעמען דאס אלץ, וו>ן ס די יידן אין פוילן זענען אויסגעשטאנען ביז צו זייער לעצטן וועג צו די ג>זז ־ קאמערן, ווען פון אלע הימלען זאל ווערן פארמעט, ווען פון אלע וועלדער זאלן ווערן פענעס און פון אלע טייכן זאל ווערן טינט, וואלט מען נישט געקענט אויפשרייבן דאס אלץ, וואס עס האט זיך אפגעטאן אין די י^רן 1939—1944 אויפן ערד פון לוקאוו. נישט אינעם כוח פון לעבעדיקע מענטשן איז דאס אלץ צו באשרייבן. און אפילו ווען די באטייליקטע אין דעם דאזיקן ספר זאלן האבן געמאכט איבערמענטשלעכע אנשטרענגונגען, וואלטן זיי אויך נישט מער געקענט ווי בלויז אויפהייבן א ברעג פון דעם גיהנומדיקן לייוונט. עס ווערט דערציילט פון עדי ראיה, אז אפט, ווען עס פלעגן אנקומען צוגן קיין אשוויענטשים אדער בעלזשעץ, צי טרעבלינקע, פלעגן די קרבנות זוכן דעם וועג צו די גאזקאמערן, כדי וואס שנעלער צו פארענדיקן זייער פיין. צו דער פיין פון די קרבנות אויפן ערד פון לוקאו ו איז אזא דערלייזנדיקער טויט נישט געקומען אזוי שנעל ווי זיי האבן געבעטן. די דייטשע מערדער, מיט זייערע אוקראינישע, לעטישע און פוילישע צוהעלפער, האבן אויפן ערד פון לוקז^ו ו געפראוועט גיהנומס פאר יידן, גיהנומס לגבי וועלכע אלץ, ווזן ס איז געשילדערט געווארן פון גיהנום, ווערט בלייך.
יעדעס יזכור־בוך, וואס די שארית הפליטה גיט ארויס, איז הייליק בוך, איז א מאנומענט פאר דעם אויסגעשאכטענעם שטאם פון אונדזער פאלק. די יזכור־ביכער זענען די איינציקע עדות, וואס וועלן אריינדערציילן אין די קומענדיקע דורות די גרויסקייט, צו וועלכער עס איז דערגאנגען דער יידישער מזרח־אייראפעישער שטאם. דאס יזכור־בוך פון לוקאו וועט אויסער דעם דארפן דינען ווי א וועג־שילד פאר אלע פארבייגייענדיקע: בלייב שטיין, מענטש, און זע וואס דער יצור, באשאפן אין צלם אלהים, קען טאן צו זײן נאענטן. אויב די שולדיקע וועלן נישט באשטראפט ווערן, אויב דאס אומ־ שולדיק פארגאסענע בלוט וועט בלייבן נישט פארענטפערט — איז הפקר דער קיום פון דעם מין מענטש און אלע זיינע האפענונגען זענען פארלוירן.