Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 130
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1256

126 םםר לוקןוװ לעכע קולטור און פאליטיק האבן זיד דורכגעשלאגןא װעג צו די בתי־מדרשים און חםידים־שטיבלעך פונקט װי צו די ארבעטם־װארשטאטן. אזױ ארום איז אין לוקאװ אנטשטאגען דער פרעכטיקער קולטור־פאראיץ, װאם איז געװארןא שם־דבר אין דער גאנצער ארומיקער געגנט. בײ דער ײדישער םאלקס־ביבליאטעק מיטא באזונדערער בענקשאפט דערמאנט יעדער לוקאװער די דראמאטישע און מוזיקאליש־װאקאלישע םעקציעם. מיט אײגענע כוחות זענען געװארן אויפגעפירט אזעלכע פיעםן׳ װי ״מירלע אפרת״, ״די שחיטה״, ״דער ישיבה־בחור״, ״יאנקל בוילע״, און מיטא באזונדערן גלאנץ— די מוזיקאלישע אפערעטע ״שבת קודש אין גן־עדן״, װעמענם רושם עם איז דערגאנגען אויך צו די װארשעװער ארטיםטישע קרײזן. די מוזיקאליש־װאקאלישע קאנצערטן, און באזונדערם— פון מאנדאלין־ארקעםטער אין דער באגלייטונג פון פידל, טשעלא אץ קאנטראבאם, זענען פארגעקומען פעריאדיש און בײ םפעציעלע פײערלעכע געלעגנהײטן. אין לוקאװ פלעגן פארקומען רעפעראטן, אײנגעארדנטע דורכן קולטור־פאראײן און דורך די באזונדערע פארטײען. אין די דאזיקע ארויםטריטן האבן זיך באטײליקט די בעםטע רעפערענטן פון אמאליקן פוילן: י. גאטליב, י. שיפער, נ. פרילוצקי, י. פאט, ד. ב. מאלקין, י. זרובבל, הלל צײטלין, ש. י. םטופניצקי, ה. ד, נאמבערג, ז.

passage_109d195005a6fd564264c959
Passage 2normalized OCR · source chars 1258-1333

םעגאלאװיטש, פרץ מארקיש י, ריטאװ, ד״ר יחיאל האלפערן און נאן*! אויף

passage_4afd7639b94116ba92ae8741