Original scan
Original memorial-book scan 142
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1296

138 סםר לוקןן װ די טעטיקייט מער געװענדט מיטן פנים צו די ארבעטנדיקע שיכטן. ביםלעכװימ איז די רעכטע פועלי־צױן געוואח די גרעסטע ײדישע פארטײ אין לוקאװ. זי איז געװען טעטיק אױף אלע געביטן: אין דער פראפעםיאנעלער באװעגונג, אין די ײדישע און אין די אלגעמיינע איגםטיטוציעם אין שטאט. בארימט איז געװען די קולטור־ארבעט פון דער פארטײ, װי די אװנט־קורםן פאר העברעיש, ײדיש, פויליש און געשיכטע פאר ארבעטער און ױגנט. קאמיטעס פון פועלי צױן דער םפארט־קלוב ביי די רעכטע פועלי־ציון, דער אײנציקער אױף דער ײדישער גאם אין לוקאװ, איז געװען דער שטארקםטער אין אונדזער ראיאן. נישט איץ מאל האט געטראפן, אז נאך א זי ג איבעח קריסטלעכן םפארט־קלוב בײ דער גימנאזיע, איז דער ײדישער םפארט־קלוב געװארן ״באלוינט״ מיט שטײנער אין די קעפ פון די ײדישע שפילער • נאכן באזוך פון לאחשער פועלי צױניסטישן ארבעטער־טוע ליתער קרוי איז די פארטײ נאך מער געשטארקט געװארן. עס האט זיך געשאפן א ליטערארישער קרייז אונטער דער אנפירונג פון די חברים קרוי, משה פינקעלשטײן, שמעון שײנבערג, ליברײך, משה פעלצמאן, מאטל פעלצמאן, משה גאטעסדינער, לאה בארענשטײן, יעקב ליכטענשטײן א״א. מיר פלעגן םיסטעמאטיש אײנארדענען ליטערארישע אונטערנעמונגען. מיר האבן געהאט א דראמקלאפ, װאם האט געגעבן טעאטעראלע פארשטעלונגען.

passage_7dab4707c3fa97bc4fc80e47